וואשינגטאן – אנטי-טראמפ פאליטישאנס אין וואשינגטאן האבן נעכטן געשטורעמט, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז פאראיאר אוגוסט, ביי א ווייסע הויז זיצונג, וואו מ'האט דיסקוסירט די אנגייענדיגע כאאס אין ווענעזועלע, האט טראמפ געפרעגט זיינע ראטגעבער, צי אמעריקע וואלט געקענט אינוואדירן ווענעזועלע. די אנוועזנדע ראטגעבער אינעם צימער האבן רעאגירט מיט טיפע שאק, און געזאגט פאר טראמפ אז ס'איז נישט קיין גוטער געדאנק – פארט האט אבער טראמפ נישט נאכגעלאזט דערפון, און ביי א זיצונג מיט עטליכע לאטיין-אמעריקאנער פירער ווידער אויפגעברענגט פאר זיי דעם געדאנק פון אן אמעריקאנער אינוואזיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל