ענגלאנד – נעכטן האט מען געהערט, אז די אויטאריטעטן פון דער בריטישע רעגירונג'ס "אפסטעד" אגענטור, וועלכע איז באאויפטראגט צו קאנטראלירן די קוואליטעט פונעם ערציאונג אין שולעס איבער'ן לאנד, וועלן זיך אראפזעצן פאר געשפרעכן מיט פארשטייער פון חרדי'שע מוסדות התורה אין לאנדאן. די זיצונג וועט זיין געצילט אויסצושמועסן דאס וואס די אויטאריטעטן האבן זיך לעצטנס גאר שטרענג פארלייגט, און זיי פארלאנגען מ'זאל לערנען מיט די קינדער אומווערדיגקייטן, און אויב נישט, סטראשען זיי אפצושפארן די מוסדות. עסקנים האפן אז עס וועט ארויסקומען עפעס גוטס פון דער זיצונג, אבער מ'דארף רחמי שמים.
הוסף רשומת תגובה