מאנסי – דער חרדי'שער ראקלענד קאונטי לעגיסלאטאר, ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו, איז ארויסגעקומען מיט שארפע פארדאמונג קעגן א צווייטן לעגיסלאטור מיטגליד, וועלכער האט זיך אויסגעדרוקט מיט געמיינע ווערטער קעגן אידן וועלכע נעמען זיך אן פאר'ן ערליכן חינוך אין ניו יארק. די קאמענטארן זענען געקומען פון לעגיסלאטור מיטגלידערין לאורי סאנטולי, וועלכע האט זיך באקלאגט איבער דעם הירינג וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאריגע וואך איבער דער טעמע פון חינוך, זאגנדיג אז ס'איז געהיידזשעקט געווארן דורך די פרא-חינוך אקטיוויסטן וועלכע האבן זיך "אויפגעפירט ווי די געסטאפא". ר' אהרן בנציון האט געזאגט אז סאנטולי'ס קאמענטארן זענען העכסט-אומסענסיטיוו, ווייל ווי מעג מען נוצן אזעלכע אויסדרוקן?!

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל