רוסלאנד – אן ערנסטע קאר טעראר אטאקע האט פאסירט אין מאסקווע, וואו א טעקסי דרייווער איז ארויפגעפארן אויפ'ן טראטואר און אראפגעקלאפט אכט מענטשן, וועלכע זענען שווער פארוואונדעט געווארן. די אטאקע האט פאסירט בשעת מאסקווע זשומעט מיט צענדליגער טויזנטער געסט און טוריסטן פון איבער דער וועלט, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די "ווארלד קאפ" שפילערייען, און די פארוואונדעטע זענען טאקע געווען א מערהייט אויסלענדישע טוריסטן. פאליציי האבן סוקסעספול ארעסטירט דעם טעקסי דרייווער, א קירגיזסטאנער אפשטאמיגער, וועלכער ווערט אויסגעפארשט פאר מעגליכע טעראר פארבינדונגען.

בילד: די טעקסי נאכן אטאקע


בילד: די טעקסי נאכן אטאקע

בילד: די טעקסי ווערט אוועקגעשלעפט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל