סעאל – דרום קארעא באאמטע זאגן, אז די אנוועזנהייט פון אמעריקאנער זעלנער אין דרום קארעא, איז בכלל נישט א טעמע וואס ליגט אויפ'ן טיש, ביי די געשפרעכן צווישן אמעריקע און צפון קארעא. טראמפ האט געזאגט עטליכע טעג צוריק, אז ער האט פארשפראכן פאר צפון קארעא אפצושטעלן די מיליטערישע מושטירונגען מיט דרום קארעא, וואס האט געברענגט א זארג אז טראמפ וועט אויך ארויסציען די 28 טויזנט אמעריקאנער טרופן פון דרום קארעא – אבער דרום קארעא באאמטע זאגן אז זיי האבן באקומען א פארזיכערונג אז דאס וועט נישט פאסירן, ווייל די זעלנער זענען דארט אלס טייל פון אמעריקע'ס אליאנץ מיט דרום קארעא – גארנישט מיט צפון קארעא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל