טשעסטער. — דער דעוועלאָפּער וועלכער זוכט צו בויען 340 טאַון–הייזער און אַפּאַרטעמענטן הינטער "שאַפּ–רייט פּלאַזאַ" אין טשעסטער, האָט געמאָלדן, אַז ער פּלאַנטצו אַפּעלירן דאָס אָפּוואַרפן זיין קלאַגע קעגן אַ ווילעדזש געזעץ וואָס האָט ערלויבט נישט מער ווי 120 איין–פאַמיליע הייזער אויף זיינע 68 –עיקערס.

בילד



א סטעיט אַפּעלאַט–געריכט האט דעם פאַרגאַנגענעם מיטוואָך אַרויסגעוואָרפן אַ קלאַגע וואָס דער "בי–טי האָלדינגס" דעוועלאָפּער האָט אַריינגעגעבן אין 2016 קעגן דעם ווילעדזש–אָוו–טשעסטער געזעץ.

די אַנטשיידונג דורך די פיר-ריכטער אַפּעלאַט–דיוויזשאָן פּאַנעל איז געווען אַ זיג פאַר'ן ווילעדזש אין איר אָנגייענדע לעגאַלע פאַרמעסטן מיט פרענק נוסבוים וועלכער האט געזוכט צו בויען מולטי-פאַמיליע האַוזינג הינטער די "שאַפּ–רייט פּלאַזאַ" אויף רוט– 17 –עם זייט 2008. מעיאָר טאַם בעל האָט דעם פאַרגאַנגענעם דאָנערשטאָג באַגריסט די אַנטשיידונג אַלס אַ באַרעכטיגונג פון מוניציפּאַלע זאָונינג קאָנטראָל. "יעדע מוניציפּאַליטעט האָט די רעכט צו באַשליסן זייערע אייגענע לענד–יוז. איך בין זייער צופרידן אַז די אַפּעלאַט–געריכט האט באַשטעטיגט די רעכט אַזוי צו טאָן אין אונזער ווילעדזש–אָוו–טשעסטער", האָט ער געזאָגט.

אָבער לערי וואָלינסקי, אַ לאָיער פאַר'ן דעוועלאָפּער האָט באַצייכענט די רעאקציע אַלס פאַלש, אַרגומענטירנדיג אַז טשעסטער האט געווינען נאָר וויבאַלד די ריכטער האָבן איינגעשטימט אַז נוסבאַום האָט געזאָלט 'פיילן' אַ נאָטיץ–אָו–קלעים איידער ער האָט געקלאָגט. "די אַפּעלאַט–דיוויזשאָן האָט אַרויסגעוואָרפן די זאָונינג קעיס צוליב אַ פּראָצעדוראַלע טעכנישער פּונקט, וואָס מיר גלויבן וועט איבערגעדרייט ווערן נאָך די פרישע אַפּעלירונג. דער באַשלוס האט נישט אַדרעסירט צי די זאָונינג איז ריכטיג און אויסגעהאַלטן", האָט וואָלינסקי דערקלערט.

וואָלינסקי האָט אויך גע'טענה'ט, אַז די אַנטשיידונג האט נישט קיין פאַרבינדונג מיט טשעסטער'ס אַפּעלאַט אין אַ באַזונדערע קלאַגע וואָס האָט אַ שייכות מיט "בי–טי האָלדינגס". טשעסטער פּרובירט איבערצודרייען אַ דזשורי פאַראָרדענונג דעם פאַרגאַנגענעם יאָר אַז די ווילעדזש מוז באַצאָלן פאַר נוסבאַום 2.4 מיליאָן דאָלער אין אַנטשעדיגונגען אין צוגאָב פון צינזן, וואָס דערגרייכט מער ווי 3 מיליאָן דאָלער.

דער קעיס נעמט אַריין אַ לאַנג-פאַרצויגענעם קאָנפליקט איבער פּלענער צו אַנטוויקלען 68 עיקערס וואָס איז דער אייגענטום פון "בי–טי האָלדינגס" נעבן די "שאַפּרייט פּלאַזאַ" אויף רוט-17-עם. פרענק נוסבאַום, דער "בי–טי האָלדינגס" דעוועלאָפּער, האָט 5 יאר צוריק פאַרהאַנדעלט אַן אויסגלייך מיט'ן טשעסטער טאַון און ווילעדזש, אין וואָס דער ווילעדזש וועט אַנעקסירן 60 עיקערס פון נוסבאַום'ס באָדן וואָס איז געלעגן אונטער'ן טאַון, און ער וועט רעדוצירן די צאָל הייזער אין זיין פאָרשלאַג פון 440 צו 340. די ווילעדזש האט זינט דאַן אַנעקסירט דעם באָדן, אָבער האט נישט דורכגעפירט די זאָנינג ענדערונג וואָס עס האָט זיך גענויטיגט צו קענען אַהערשטעלן נוסבאַום'ס פּראָיעקט.

אין 2016 האָט נוסבאַום אַריינגעגעבן אַ קלאַגע אין סטעיט סופּרים–קאָורט איבערצודרייען די זאָונינג וואָס דער ווילעדזש האָט אָנגענומען איבער זיין באָדן, וואָס ערמעגליכט צו בויען צו אַ מאַקסימום פון 120 איין פאַמיליע–הייזער. דעם פאַרגאַנגענעם יאָר האָט די סטעיט סופּרים–קאָורט ריכטערין סלאָבאָד אַרויסגעוואָרפן טייל פון זיין קעיס, און דאָס איבריגע איז יעצט צוריקגעוויזן געוואָרן דורכ'ן אַפּעלאַט–דיוויזשאָן.

נוסבאַום האָט איבערגעלעבט אַ באַזונדערע קלאַגע וואָס ער האָט אַריינגעגעבן אין 2014, ביי וועלכן ער האָט געזוכט אַמווייניגסטענס 2.8 מיליאָן דאָלער אַנטשעדיגונג איבער וואָס זיינע לאָיערס האָבן באַצייכענט אַלס ברעכן דעם אָפּמאַך און אומקאָנסטיטוציאָנעל צוריקווייזן דאָס באַנוץ פון זיין באָדן. אַן אָרענדזש–קאַונטי דזשורי האָט פאַראָרדענט אַז דער ווילעדזש מוז באַצאָלן "בי–טי האָלדינגס" די אַנטשעדיגונג.

טשעסטער פּלאַנט צו אַפּעלירן די דזשורי פאַראָרדענט און וועלן נוצן דעם יעצטיגן באַשלוס פונעם אַפּעלאַט–דיוויזשאָן צו אונטערשטיצן איר קעיס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל