אין ליכט פון דעם וואס א באדייטענדע טייל, פון אונזערע לייענערס האבן זיך לעצטענס ארויסגעלאזט צו וויילן אויפן זומער אין די הרי הקעטסקילס, וועלן מיר באשרייבן די היסטאריע פון דעם אלעמען-באקאנטן קהל בני ישראל "כלל ישראל שוהל" אין וואודבורן, וואס שטייט בנשיאות דעם ניקלשבורגער רבי'ן פון בארא פארק, הרב מרדכי יונגרייז שליט"א, וואו עס ווירבעלט מיט נאכאנאנדע מנינים.
עס גייט שוין צוריק אין די תקופות נאך פאר די צווייטע וועלט מלחמה, וואס א סאך פון די אידן וואס זענען דאן געקומען קיין אמעריקא, האבן זיך דייקא נישט געוואלט באזעצן אין די גרעסערע שטעט, צוליב'ן שווערן מצב פון אידישקייט וואס האט דאן געהערשט אין די ערים גדולות ובצורות, דעריבער האבן זיי זיך באזעצט אין די קעטסקיל בערג, וואס זענען בעיקר געווען פעלדער און וועלדער. דארט האט מען געמאכט בתי מדרשים און מען האט פרובירט מחנך צו זיין די קינדער ווייט אוועק פון די רוישיגע גאס.
אט די אידן האבן זיך בעיקר מפרנס געווען פון פעלד ארבייט, איינער האט געפאשעט די שאף און רינדער, דער האט געמאלקן די קיען, יענער האט פארקויפט אייער, און דער אנדערער איז געווען א מילכיגער. אזוי האט מען געלעבט א רואיג לעבן, אפגעזונדערט פון די רוישיגע גאס.
וואודבורן איז א שטעטל אין ניו יארק, אויף צפון פון פאלסבורג, אראפ פון רט. 42 און עס לויפט דורך אינמיטן דער 52 שאסיי.
איבער די היסטאריע פון די שטעטל וואודבורן בכלל, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, איז נישט צופיל באקאנט. אזוי פיל ווייסט מען יא, אז א איד מיט'ן נאמען "מאריס", היסטארישע בתי מדרשים אין די היימישע קאטסקילס וועלכער האט געוואוינט אין וואודבורן, האט געגרינדעט זיינע כאטקעלעך אין אן ארט וואס ער האט גערופן "ליווינגסטאן מענאר" וואס ער האט געבויט מיט כמעט 140 יאר צוריק אין יאר תרל"ט! דער מאריס איז דער עלטסטער באקאנטסטער אידישער איינוואוינער פון וואודבורן. די ערשטע באן סטאנציע אין די געגענט האט געהייסן "מאריסטאן" לשמו ולזכרו, און אנדערע געגענטער דארט האט ער א נאמען געגעבן "די קליינע אינדיע פון מאריס". לויט אנדערע קוואלן האט דאס נאך פריער געגרינדעט איינער מיט'ן משפחה נאמען ליווינגסטאן. קען זיין אז דער מאריס האט עס פון אים איבערגענומען.
קהל בני ישראל אין וואודבורן איז געגרינדעט געווארן מיט זעקס און ניינציג יאר צוריק אין יאר תרפ"ב לפ"ק. עס איז אומבאקאנט ווער דער ערשטער רב איז געווען. "ווען איך בין אהערגעקומען", זאגט דער פּרעזידענט מר. ביליג, איז דער רב דא אין וואודבורן געווען הרב ר' נחום לאסקין ע"ה. מיר, אלס קהילה לייט, האבן אויפגעבויט א ניי הויז פאר אים דא בתוככי וואודבורן. ער איז דא ארויסגעקומען וואוינען אינאיינעם מיט אלע זיינע קינדער. אלע מיינע קינדער האבן ביי אים געלערנט אין די וואודבורן תלמוד תורה. אין יענע יארן, האבן אין וואודבורן נאך געוואוינט א סאך יונגעלייט, מיט קליינע קינדערליך. די יונגע פאר-פאלק האבן דא געוואוינט, און האבן דא געארבייט פאר זייערע פרנסות אין די ארומיגע געגענטער. הרב לאסקין האט געלערנט מיט די יונגלעך, און זיין פרוי מיט די מיידלעך.
שפעטער איז הרב לאסקין אויפגענומען געווארן אלס רב אין קהל אהבת תורה אין מאנראו. דאן האט אים ממלא מקום געווען אלס רב אין קהל בני ישראל וואודבורן, הרב מנחם בועז. הרב בועז איז א שטארקער ידען, וואו אימער מען פרעגט אים אן איז ער אינדערהיים. מיט אכצן יאר צוריק אין יאר תש"ס לפ"ק האט זיך הרב בועז געצויגן קיין לעיקוואוד, דערנאך איז פאר א קורצע וויילע געווען א יונגער רב, וועלכער איז געקומען פון אלבאני קיין וואודבורן.
למעשה איז זינט דאן די שוהל אין וואודבורן געבליבן פארמאכט, און עס איז פארביי געגאנגען זומער נאך זומער וואס אידן זענען ארויסגעקומען קיין וואודבורן אבער האבן געוואוסט אז די שטאטישע שוהל איז הערמעטיש פארשלאסן. פון צייט צו צייט האט דער פּרעזידענט און זיינע קינדער פרובירט צוצושלעפן א מנין, אבער על פי רוב איז דאס נישט געלונגען, ביז עטליכע יאר צוריק, ווען דער ניקלשבורגער רבי הרב מרדכי יונגרייז שליט"א איז אויפגענומען געווארן אלס רב און די שוהל איז ווידער געעפענט געווארן.
דורכ'ן יאר איז די שוהל פארשלאסן, אין די צייט וואס דער היינטיגער רב הגה"צ רבי מרדכי זאב יונגרייז מניקלשבורג שליט"א דינט אלס מרביץ תורה אין ישיבת חיים ברלין אין ברוקלין. "דער רב גיבט זיך אפ מיט די יונגווארג וועמען מען ברויך צוריקשטעלן אויף די ריכטיגע רעלסן", זאגט אונז דער פּרעזידענט, "ער טוט דאס סיי דאהי אין וואודבורן און סיי אין דער שטאט".
אין יענע יארן וואס די וואודבורן שוהל איז אפען געווען, איז דאס געווען שטארק פארנומען דורכ'ן זומער, מענטשן דערציילן אז זיי פלעגן זעען דאווענען דעם צעהלימער רב זי"ע, און הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל, און אנדערע גדולי ישראל, דורכאויס די זומער וואכן ווען זיי האבן געוויילט אין די ארומיגע געגענטער אויף דאטשע.
די קהילה פארמאגט זייער אייגענע בית החיים חלקה אין "ראק הילל" געגענט. דארט איז אויך פארהאן א אידישער בית עולם פון די אידישע קהילה אין מאנטיסעלאו און פאלסבורג.
נעבן די פייערלעשער סטאנציע איז אויך פארהאן א בית עולם. אבער ווי ווייט דער פּרעזידענט זאגט אונז, איז דאס נישט קיין אידישער בית החיים, אבער אידן וואס גייען פארביי זאגן אז מען זעט דארט היימישע אידישע נעמען. דער פּרעזידענט זאגט אז דאס זענען ווארשיינליך קברים פון די נישט אידישע פארמערס, וועלכע האבן זיך געמאכט זייערע אייגענע סעמעטעריס. ער גלויבט נישט אז עס זאלן חלילה זיין אידן נקברים אצל עכו"ם.
אינעם חלקה פון די וואודבורן קהלה ליגט צווישן אנדערע באהאלטן די עלטערן פונעם פּרעזידענט, ר' לייבל ביליג און זיין אידענע ע"ה. ווען ר' לייבל איז געקומען קיין היסטארישע בתי מדרשים אין די היימישע קעטסקילס אמעריקע, איז ער אלט געווען בלויז 2 יאר. דער ר' לייבל האט געהאט א ברודער מיט וועמען ער האט שפעטער געארבעט אינאיינעם אין "בראנקס טערמינעל מארקעט", וואו זיי האבן פארקויפט האלסעיל פרוכט און גרינצייג אין יענע בראשית יארן אין די פאראייניגטע שטאטן.
דאס שחט הויז איז געווען דארט וואו מען זעט היינט ווען מען פארט דורך ליבערטי, ביים אריינגאנג צו וואודבורן, צוויי גרויסע גאראדזשעס, איינס אויף דער זייט, און דאס צווייטע אויף די אנדערע זייט. דארט האט מען גענומען כשר מאכן די הינדלעך פאר די ימים טובים. היינט איז דערנעבן אן עסן געשעפט. עס זענען דאן געווען פיל מער האטעלס אין וואודבורן וואו מענטשן זענען ארויסגעקומען אויף אפרוה.
דארט וואו עס שטייט היינט צו טאגס דער "לאט שאקלאדא" געשעפט, איז אין "מיינע צייטן" געווען אן אפטייק, געדענקט דער פּרעזידענט. קעגנאיבער איז געווען א סאדא געשעפט. בערך 30 יאר צוריק האט דאס אפגעברענט, זיי האבן עס אבער קיינמאל נישט איבערגעבויט. דערנעבן, קעגנאיבער דעם וואסער, דארט וואו עס איז היינט א ליידיגער שטח, איז פארצייטענס געווען א "בארבער שאפ". קעגנאיבער וואו עס איז היינט דא א "באס סטאפ", איז געווען א "סעיפוועי" גראסערי, אזוי אז מען האט אלעס געהאט ביי די האנט. אבער אז די מענטשן האבן אנגעהויבן אוועקמופן, איז געווארן א הויכע ראטע פון ארבייטסלאזיגקייט אין די מאונטענס ווייל די געשעפטן האבן זיך פארמאכט.
ר' נתן ביליג האט געארבעט אין א האטעל אין וואודבורן. ער האט לאנגע יארן אויך געארבייט אין די טורמע אין וואודבורן וואו ער האט צוגעגרייט דאס עסן. ער דערציילט איבער אן ארעסטאנט וועלכער איז אריגינעל געקומען פון ארץ ישראל, און נאכ'ן אויסדינען זיינע יארן אין טורמע אין וואודבורן, האט ער נישט געהאט חשק צוריקצוגיין קיין ארץ ישראל צוליב די אנגעצויגענע מלחמה אומשטענדן, און ער האט זיך איינגעבעטן צי ער קען פארבלייבן נאך עטליכע יאר אין טורמע עד יעבור זעם... ר' נתן האט אויך געפראוועט סדרים מיט די ארעסטאנטן.
וואודבורן, אמאל און היינט
צו באשרייבן די אמאליגע היסטאריע פון וואודבורן, הויפטזעכליך אידישקייט אין וואודבורן, האבן מיר געטראפן פאר וויכטיג אפצורעכטן א געשפרעך מיט'ן פּרעזידענט פון די קהל בני ישראל שוהל אין וואודבורן, ר' נתן יוחנן ביליג הי"ו, וועלכער וואוינט שוין לאנגע יארן א גאנץ קיילעכיג יאר אין וואודבורן, אריינגערעכענט אויך די זומער חדשים. וזה החלי בע"ה, לויט די אינפארמאציע וואס מיר האבן ערהאלטן פונעם פּרעזידענט, מר. ביליג, פון רביצין ביליג, און פונעם היינטיגן רב, הרב יונגרייז שליט"א.עס גייט שוין צוריק אין די תקופות נאך פאר די צווייטע וועלט מלחמה, וואס א סאך פון די אידן וואס זענען דאן געקומען קיין אמעריקא, האבן זיך דייקא נישט געוואלט באזעצן אין די גרעסערע שטעט, צוליב'ן שווערן מצב פון אידישקייט וואס האט דאן געהערשט אין די ערים גדולות ובצורות, דעריבער האבן זיי זיך באזעצט אין די קעטסקיל בערג, וואס זענען בעיקר געווען פעלדער און וועלדער. דארט האט מען געמאכט בתי מדרשים און מען האט פרובירט מחנך צו זיין די קינדער ווייט אוועק פון די רוישיגע גאס.
אט די אידן האבן זיך בעיקר מפרנס געווען פון פעלד ארבייט, איינער האט געפאשעט די שאף און רינדער, דער האט געמאלקן די קיען, יענער האט פארקויפט אייער, און דער אנדערער איז געווען א מילכיגער. אזוי האט מען געלעבט א רואיג לעבן, אפגעזונדערט פון די רוישיגע גאס.
וואודבורן איז א שטעטל אין ניו יארק, אויף צפון פון פאלסבורג, אראפ פון רט. 42 און עס לויפט דורך אינמיטן דער 52 שאסיי.
איבער די היסטאריע פון די שטעטל וואודבורן בכלל, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, איז נישט צופיל באקאנט. אזוי פיל ווייסט מען יא, אז א איד מיט'ן נאמען "מאריס", היסטארישע בתי מדרשים אין די היימישע קאטסקילס וועלכער האט געוואוינט אין וואודבורן, האט געגרינדעט זיינע כאטקעלעך אין אן ארט וואס ער האט גערופן "ליווינגסטאן מענאר" וואס ער האט געבויט מיט כמעט 140 יאר צוריק אין יאר תרל"ט! דער מאריס איז דער עלטסטער באקאנטסטער אידישער איינוואוינער פון וואודבורן. די ערשטע באן סטאנציע אין די געגענט האט געהייסן "מאריסטאן" לשמו ולזכרו, און אנדערע געגענטער דארט האט ער א נאמען געגעבן "די קליינע אינדיע פון מאריס". לויט אנדערע קוואלן האט דאס נאך פריער געגרינדעט איינער מיט'ן משפחה נאמען ליווינגסטאן. קען זיין אז דער מאריס האט עס פון אים איבערגענומען.
קהל בני ישראל אין וואודבורן איז געגרינדעט געווארן מיט זעקס און ניינציג יאר צוריק אין יאר תרפ"ב לפ"ק. עס איז אומבאקאנט ווער דער ערשטער רב איז געווען. "ווען איך בין אהערגעקומען", זאגט דער פּרעזידענט מר. ביליג, איז דער רב דא אין וואודבורן געווען הרב ר' נחום לאסקין ע"ה. מיר, אלס קהילה לייט, האבן אויפגעבויט א ניי הויז פאר אים דא בתוככי וואודבורן. ער איז דא ארויסגעקומען וואוינען אינאיינעם מיט אלע זיינע קינדער. אלע מיינע קינדער האבן ביי אים געלערנט אין די וואודבורן תלמוד תורה. אין יענע יארן, האבן אין וואודבורן נאך געוואוינט א סאך יונגעלייט, מיט קליינע קינדערליך. די יונגע פאר-פאלק האבן דא געוואוינט, און האבן דא געארבייט פאר זייערע פרנסות אין די ארומיגע געגענטער. הרב לאסקין האט געלערנט מיט די יונגלעך, און זיין פרוי מיט די מיידלעך.
שפעטער איז הרב לאסקין אויפגענומען געווארן אלס רב אין קהל אהבת תורה אין מאנראו. דאן האט אים ממלא מקום געווען אלס רב אין קהל בני ישראל וואודבורן, הרב מנחם בועז. הרב בועז איז א שטארקער ידען, וואו אימער מען פרעגט אים אן איז ער אינדערהיים. מיט אכצן יאר צוריק אין יאר תש"ס לפ"ק האט זיך הרב בועז געצויגן קיין לעיקוואוד, דערנאך איז פאר א קורצע וויילע געווען א יונגער רב, וועלכער איז געקומען פון אלבאני קיין וואודבורן.
למעשה איז זינט דאן די שוהל אין וואודבורן געבליבן פארמאכט, און עס איז פארביי געגאנגען זומער נאך זומער וואס אידן זענען ארויסגעקומען קיין וואודבורן אבער האבן געוואוסט אז די שטאטישע שוהל איז הערמעטיש פארשלאסן. פון צייט צו צייט האט דער פּרעזידענט און זיינע קינדער פרובירט צוצושלעפן א מנין, אבער על פי רוב איז דאס נישט געלונגען, ביז עטליכע יאר צוריק, ווען דער ניקלשבורגער רבי הרב מרדכי יונגרייז שליט"א איז אויפגענומען געווארן אלס רב און די שוהל איז ווידער געעפענט געווארן.
דורכ'ן יאר איז די שוהל פארשלאסן, אין די צייט וואס דער היינטיגער רב הגה"צ רבי מרדכי זאב יונגרייז מניקלשבורג שליט"א דינט אלס מרביץ תורה אין ישיבת חיים ברלין אין ברוקלין. "דער רב גיבט זיך אפ מיט די יונגווארג וועמען מען ברויך צוריקשטעלן אויף די ריכטיגע רעלסן", זאגט אונז דער פּרעזידענט, "ער טוט דאס סיי דאהי אין וואודבורן און סיי אין דער שטאט".
אין יענע יארן וואס די וואודבורן שוהל איז אפען געווען, איז דאס געווען שטארק פארנומען דורכ'ן זומער, מענטשן דערציילן אז זיי פלעגן זעען דאווענען דעם צעהלימער רב זי"ע, און הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל, און אנדערע גדולי ישראל, דורכאויס די זומער וואכן ווען זיי האבן געוויילט אין די ארומיגע געגענטער אויף דאטשע.
די קהילה פארמאגט זייער אייגענע בית החיים חלקה אין "ראק הילל" געגענט. דארט איז אויך פארהאן א אידישער בית עולם פון די אידישע קהילה אין מאנטיסעלאו און פאלסבורג.
נעבן די פייערלעשער סטאנציע איז אויך פארהאן א בית עולם. אבער ווי ווייט דער פּרעזידענט זאגט אונז, איז דאס נישט קיין אידישער בית החיים, אבער אידן וואס גייען פארביי זאגן אז מען זעט דארט היימישע אידישע נעמען. דער פּרעזידענט זאגט אז דאס זענען ווארשיינליך קברים פון די נישט אידישע פארמערס, וועלכע האבן זיך געמאכט זייערע אייגענע סעמעטעריס. ער גלויבט נישט אז עס זאלן חלילה זיין אידן נקברים אצל עכו"ם.
אינעם חלקה פון די וואודבורן קהלה ליגט צווישן אנדערע באהאלטן די עלטערן פונעם פּרעזידענט, ר' לייבל ביליג און זיין אידענע ע"ה. ווען ר' לייבל איז געקומען קיין היסטארישע בתי מדרשים אין די היימישע קעטסקילס אמעריקע, איז ער אלט געווען בלויז 2 יאר. דער ר' לייבל האט געהאט א ברודער מיט וועמען ער האט שפעטער געארבעט אינאיינעם אין "בראנקס טערמינעל מארקעט", וואו זיי האבן פארקויפט האלסעיל פרוכט און גרינצייג אין יענע בראשית יארן אין די פאראייניגטע שטאטן.
מיט'ן הינדל ביים שוחט אין ליבערטי
אויף די פראגע פון וואו מען האט געהאט כשר פלייש אין יענע בראשית יארן אין וואודבורן, דערציילט ר' נתן יוחנן ווי אזוי ער פלעגט מיטגיין מיט זיין מאמע קיין ליבערטי, וואו מען האט געקויפט א לעבעדיג הינדל. מען האט דאס גע'שחט'ן, דערנאך אריינגעשטעלט אין אן אמפּער, און דערנאך כשר געמאכט.דאס שחט הויז איז געווען דארט וואו מען זעט היינט ווען מען פארט דורך ליבערטי, ביים אריינגאנג צו וואודבורן, צוויי גרויסע גאראדזשעס, איינס אויף דער זייט, און דאס צווייטע אויף די אנדערע זייט. דארט האט מען גענומען כשר מאכן די הינדלעך פאר די ימים טובים. היינט איז דערנעבן אן עסן געשעפט. עס זענען דאן געווען פיל מער האטעלס אין וואודבורן וואו מענטשן זענען ארויסגעקומען אויף אפרוה.
דארט וואו עס שטייט היינט צו טאגס דער "לאט שאקלאדא" געשעפט, איז אין "מיינע צייטן" געווען אן אפטייק, געדענקט דער פּרעזידענט. קעגנאיבער איז געווען א סאדא געשעפט. בערך 30 יאר צוריק האט דאס אפגעברענט, זיי האבן עס אבער קיינמאל נישט איבערגעבויט. דערנעבן, קעגנאיבער דעם וואסער, דארט וואו עס איז היינט א ליידיגער שטח, איז פארצייטענס געווען א "בארבער שאפ". קעגנאיבער וואו עס איז היינט דא א "באס סטאפ", איז געווען א "סעיפוועי" גראסערי, אזוי אז מען האט אלעס געהאט ביי די האנט. אבער אז די מענטשן האבן אנגעהויבן אוועקמופן, איז געווארן א הויכע ראטע פון ארבייטסלאזיגקייט אין די מאונטענס ווייל די געשעפטן האבן זיך פארמאכט.
ר' נתן ביליג האט געארבעט אין א האטעל אין וואודבורן. ער האט לאנגע יארן אויך געארבייט אין די טורמע אין וואודבורן וואו ער האט צוגעגרייט דאס עסן. ער דערציילט איבער אן ארעסטאנט וועלכער איז אריגינעל געקומען פון ארץ ישראל, און נאכ'ן אויסדינען זיינע יארן אין טורמע אין וואודבורן, האט ער נישט געהאט חשק צוריקצוגיין קיין ארץ ישראל צוליב די אנגעצויגענע מלחמה אומשטענדן, און ער האט זיך איינגעבעטן צי ער קען פארבלייבן נאך עטליכע יאר אין טורמע עד יעבור זעם... ר' נתן האט אויך געפראוועט סדרים מיט די ארעסטאנטן.
הוסף רשומת תגובה