פון יוסי געשטעטנער
עס גייט מיך נישט אן אויב מענטשן זענען בייסיג צו פאליטישע קעגנער, ווייל אזוי גייט פאליטיק. נאר וואס האט זיך געטוישט זייער שטארק מיט טראמפ איז (עס איז בעצם שוין געווען מיט בוש אויף א לייכטערע פארנעם נאך די פלארידע איבערקערעניש), אז מענטשן אין די נייעס וועלט און ערוועלטע באאמטע לייגן אראפ טראמפ דער מענטש; זיין וואלן געווינס; זיין פרעזידענטשאפט און ספעציפישע שריט פון זיין פרעזידענטשאפט ממש אלעס אלס אומלעגיטים.
די גאנצע געדאנק צו זאגן אז טראמפ האט געוואונען די פרעזידענטשאפט וועגן רוסלאנד האט געהאט עטליכע עדס אויף פעיסבוק, איז נאריש ווען מען טראכט אריין וויפיל געלט און כח איז אריינגעגאנגען אין די עלעקשאנס, טאקע אויף סאשעל מידיא אליינס. אן אנדערע טענה קעגן טראמפ איז אז ער האט נישט געוואונען די פאפולערע וואוטס, טראצדעם וואס אין אמעריקע קוקט מען אויף די עלעקטארעלס, וואס דאס געבט פאר יעדע סטעיט א ווארט אין די וואלן. אבער די טראמפ-קעגנער נוצן די פאפולערע שטימען אויסגאנג צו זאגן אז ער איז נישט דער לעגיטימער פרעזידענט.
עס גייט ווייטער. ווען זיין אדמיניסטראציע טוט זאכן וואס אנדערע אדמיניסטראציעס האבן אויך געטוהן (ווי אפטיילן קינדער פון זייערע עלטערן כדי נישט צו ארעסטירן קיין קינדער, אדער ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן פארבינדן מיט קרימינאלע אקטיוויטעטן אא"וו), נאר ער טוט דאס אויף א שארפערע פארנעם, לייגט מען אים אראפ ווי דער ערגסטער ימ"ש וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען, און מען באהאלט דאס וואס די אנדערע אדמיניטראציעס האבן געטוהן. מען האלט אויך אין איין שרייען אז ער טוט אונטער ברעכן די אינסטיטוציעס פון אמעריקע, און ער ברעכט אונטער אמעריק'ס דעמאקראטיע.
מילא טראמפ אליינס, ער זאגט נישט אז די מידיא זעלבסט אלס א ביזנעס און אירע איינגעשטעלטע זענען אומלעגיטים. ער זאגט עס איז דא פיל רעפארטער וועלכע פארשפרייטן פאלשע נייעס אדער אז פאלשע נייעס איז די שונא פון אמעריקע, אבער זיינע קעגנער לייגן אראפ ממש די גאנצע קאנצעפט פון טראמפ – דער מענטש; זיין געווינס; זיינע פרעזידענטשאפט; זיינע שריט; זיין פאמיליע ממש אלעס פון א ביז ת ועד בכלל ווערט אראפגעמאלן אלס דאס ארגסטע און אומלעגיטים. וואס געשעט איז, אז מענטשן וואס זענען ביי די עק פון סאסייעטי נעמען אזעלכע רעטאריק אלס א תירוץ אויב נישט אלס א פליכט צו טון ווילדע געוואלטאטן אנטקעגן מענטשן וואס זענען נישט איינשטומיג מיט זיי.
אויב איז דאס נישט גענוג זענען דא מענטשן אין נאציאנאלע מידיא און ערוועלטע באאמטע וועלכע האבן געגעבן שטיצע פאר די מענטשן וואס האבן גע'רודפ'ט סענדערס און אנדערע אדמיניסטראציע באאמטע די לעצטע טעג. דאס טרייבט מענטשן צו טאן געפארפולע זאכן וואס צוליב דעם פעלט זיך אויס צו ענדיגן דעם טאקטיק פון אראפ מאלן דעם קעגנער אלס גענצליך אומלעגיטים און אודאי געוויס נישט צו שטיצן ווילדע שריט.

הוסף רשומת תגובה