אָלבאַני. — ניו יאָרקער באַאַמטע האָבן געמאָלדן, אַז ביז ענדע יאָר וועט איינגעשטעלט ווערן די קעשלאָזע טאָלס אויף אַלע פאַרבליבענע טרואוועי–אויטאַריטי טאָל–בודקעס אין דער לאָוער האָדסאָן–וואַלי, אין אַן אונטערנעמונג צו פאַרבעסערן די פאַרקער–פלוס און באַגרעניצן גרידלאַק דורכאויס די סטעיט.
אין אַ דערקלערונג זאָגט גאָווערנאָר קואָמאָ, אַז ניו יאָרק בויעט איבער און באַנייט די סטעיט'ס אינפראַסטרוקטור און הייבט אָן אַ נייע עפּאָכע פון טאָל–קאַסירונג, וואס וועט שפּאָרן צייט און רעדוצירן אָנגעלייגטקייט אויף די ראָודס. דער גאָווערנאָר האָט צוגעגעבן, אַז קעשלאָזע טאָלס איז שוין אַ פאַקט אין גרענד–איילענד און לענגאויס די האָדסאָן–ריווער, און וועט בקרוב צושטעלן די באַקוועמליכקייט פון רעדוצירטע אָנגעלייגטקייט און בעסערע פאַרקער–פלוס פאר דרייווער לענגאויס די סטעיט, שאַפנדיג אַ מער עפעקטיווע ניו יאָרק פאַר יעדן.
ביז ענדע 2018, וועלן די טאָל–בודקעס ביי יאָנקערס (איי-87), ספּרינג–וואַלי (איי-87), הערימען (איי-87), און ניו–ראָשעל (איי-95) נישט מער אָננעמען קיין קעש. קואָמאָ האָט אָנגעוויזן אַז די אַלע פיר טאָל–בודקעס אינאיינעם, שטעלן פאָר 22 פּראָצענט פון די טאָטאַלע טרעפיק–צאָל אויף די טרואוועי סיסטעם. ווי נאָר דאָס וועט זיין פאַרטיג, איז די איבערגאַנג גערישט צו שפּאָרן די ריזיענדע אַ געשאַצטע 200 מינוט יערליך.
די טרואוועי–אויטאַריטי האָט דאָס ערשטע מאָל פאָרגעשטעלט קעשלאָזע טאָלס אויף די נייע "טאַפּאַן–זי" בריק אין 2016, אַלס טייל פון אַ פּראָיעקט צו ערזעצן די בריק. די טרואוועי איז זייט דעמאָלט פאַרנומען איינצושטעלן קעשלאָזע טאָל סטאַנציעס איבער די גאַנצע סטעיט. די גאַנצע ניו יאָרק סטעיט–טרואוועי איז ערוואַרטעט צו זיין קעשלאָז ביז 2020.
לויט די "עם–טי–עי", האָבן ניו יאָרקער דרייווערס זיך געשפּאָרט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר מער ווי דריי מיליאָן שטונדן פון רייזע–צייט אין דאַונסטעיט ערטער ווען אַלע פון אירע בריקן און טונעלן זענען אַריבער צו קעשלאָזע טאָלס.
די באַאַמטע באַטאָנען, אַז ווען דאָס וועט זיין פאַרטיג, וועלן די טאָל–בודקעס אין דער לאָוער האָדסאָן–וואַלי ערזעצט ווערן מיט 'גענטריעס' (דאָס זענען שטאָלענע ראַמען וואָס לויפן איבער די שאָסייען) וואָס זענען אויסגעשטאַטעט מיט טעכנאָלאָגיע ווי סענסאָרס און קעמערעס וועלכע קענען לייענען "איזי–פּעס" און פֿאַר אויטאָמאָבילן אָן "איזי–פּעס" ווערט פאָטאָגראַפירט די לייסענס–פּלעיטס און עס ווערט געשיקט אַ ביל דורך פּאָסט צו דעם אַדרעס וואו די אויטאָמאָביל איז רעגיסטרירט. די "גאַנטריעס" ערמעגליכן דעם לויפענדן פאַרקער דורכצופאָרן אונטער דעם דורך הייוועי שנעלקייטן.
דער צייטווייליגער ניו יאָרק סטעיט טרואוועי–אויטאַריטי עקזקוטיוו–דירעקטאָר מעט דריסקאָל האָט אויסגעלויבט דעם גאָווערנאָר פאַר זיין באַשלוס צו איינשטעלן קעשלאָזע טאָלס דורכאויס די סטעיט צו פאַרבעסערן די פאַרקער–פלוס. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די טרואוועי שפּילט אַ וויכטיגע ראָלע אין ניו יאָרק סטעיט'ס עקאָנאָמיע, און קעשלאָזע טאָלס וועט פאַרבעסערן די זיכערהייט און צושטעלן אַ גלאַטיגע רייזע לענגאויס די סטעיט ווען דרייווערס וועלן נישט דאַרפן זיך אויפהאַלטן און וואַרטן צו באַצאָלן טאָלס.

הוסף רשומת תגובה