אָלבאַני. — אַ 'ביל' וואָס איז געצילט צו באַשיצן די מאָטאָריסטן פון אומריכטיג גערעכנט ווערן דורך ניו יאָרק סטעיט'ס קעשלאָזע–טאָל סיסטעם, איז באַשטעטיגט געוואָרן דורך די סטעיט לעגיסלאַטור.

בילד



אַן אַמענדירטע "טאָל פּעיער פּראָטעקט עקט" איז ענדגילטיג דורך די פאַרגאַנגענע וואָך אין סטעיט–סענאַט ווען די געזעצגעבער האָבן געענדיגט זייער 2018 סעסיע.

דער 'ביל' וואָס איז עס געספּאָנסאָרט געוואָרן אין סענאַט דורך דער דעמאָקראַטישער סענאטאָר דעיוויד קאַרלוטשי, וועט פאַרזיכערן אַז מאָטאָריסטן באַקומען זייער קעשלאָזע–טאָל ביֿלס דורך פּאָסט אין 30 טעג. עס פאַרלאַנגט אויך פון די טאָל–קערפּערשאַפטן, צו שאַפן אַ קאָמפּיוטער פּלאַץ וואו מענטשן זאָלן קענען באַצאָלן אָנליין די "טאָל" ביֿלס.

אין די אַסעמבלי איז דער 'ביל' דורך די פאַרגאַנגענע וואָך, וואו עס איז געווען געספּאָנסאָרט געוואָרן דורכ'ן דעמאָקראַטישן אַסעמבלימאַן טאָם עבינענטי.

דאָס קומט אין אַ צייט וואָס די טרואוועי גרייט זיך צו טוישן צו אַ גענצליך קעשלאָזער-עלעקטראָנישער סיסטעם (ווי באַריכטעט).

דערווייל זענען געוויסע מאָטאָריסטן אויסגעשטאַנען די סוספּענדירונג פון זייערע קאַר רעגיסטראַציעס צוליב אומבאַצאָלטע "טאָל" ביֿלס. דער נייער פּראָגראַם פאַרבאָט די סוספּענדירונג פון סיי–וועלכע אומבאַצאָלטע טאָלס, און פאַרלאַנגט אַז מאָטאָריסטן זאָלן באַקומען אַ נאָטיץ פון פאָראויס אַז זיי שטייען אויס אַ סוספּענדירונג. קאָנסומערס וועלן אויך האָבן די רעכט צו באַקעמפן אָפּצאָלן און קענען איינשטעלן אַ צאָלונג–פּלאַן פאַר אומבאַצאָלטע בילס.

קאַרלוטשי, אַ מיטגליד פון דער סענאַט'ס טראַנספּאָרטעישאָן קאָמיטע, איז געווען דער וואס אָט אין די לעצטע יאָרן פאָרגעשטעלט אין סטעיט–סענאַט איינצושטעלן שטרענגערע שטראָפן קעגן די וואָס פאָרן דורך אָן באַצאָלן טאָלס, ספּעציפיש די אויטאָמאַטיש סוספּענדירן זייערע אויטאָ–רעגיסטראַציעס. קאַרלוטשי האָט זיך באַקלאָגט, אַז "אונזערע טאָל–אַגענטורן פאַרלירן 30 מיליאָן דאָלער אַ יאָר, די "טאַפּאַן–זי" בריק אַליין פאַרלירט 5 טויזענט דאָלער אַ טאָג, צו כראָנישע טאָל–אַרויסדרייער, און עס איז נישט אַ פאַרברעכן אָן קיין געשעדיגטע, ווייל די מענטשן וואס באַצאָלן נישט הייבן די פּרייז פון די רייזעס פאַר די מענטשן וואָס צאָלן יאָ".

אָבער פון די צווייטע זייט זענען געווען טענות פון מאָטאָריסטן וועלכע האָבן נישט קיין "אי–זי פּעס" אַז זיי באַקומען שפּעט די בילס, וואָס מיינט אז זיי קענען אומריכטיג סוספּענדירט ווערן פון זייערע רעגיסטראַציעס. דעריבער האָט קאַרלוטשי אַריינגעגעבן דעם פרישן 'ביל' צו באשיצן די מאָטאָריסטן פון אומ'יושר'דיגע שריט.

יעצט דאַרף עס אונטערגעשריבן ווערן דורך גאָווערנאָר קואָמאָ, עס זאָל אַריינגיין אין געזעץ.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל