היילענד–מילס. — אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי האָט געמאָלדן אַ 'גרענט' פון 125 טויזענט דאָלער צו העלפן רעהאַביליטירן די לאָקאַלֹע גאַסן אין וואודבורי. די 'גרענט' וועט ערלויבן צו איבערמאַכן דעם זומער די טיבער–טרעיל, וועידזשענט–היל, ראָדליטש עוועניו און עלם סטריט, צוויי יאָר פאָראויס פונעם פּלאַן.
דער ווילעדזש סטריטס סופּעראינטענדענט ראַבערט ווייענט האָט געזאָגט, אַז דער ווילעדזש האט אַ ראָוד-אימפּראָוומענט פּראָגראַם, און די 'גרענט' וועט העלפן צו ענדיגן אויסצופלאַסטערן די גאסן דאָס יאָר. ער האָט צוגעגעבן, אז ווען די פּרייז פון אַספּאַלט און ראָוד בוי–אַרבעט שטייגט נאָכאַנאַנד, וועט די פאָנדינג גיין אַ לאַנגע וועג צו פאַרבעסערן די אינפראַסטרוקטור פון די ראָודס אין דער ווילעדזש.
סקאָופיס האָט אויך געזאָגט, אַז אַלס טייל פון די עקזיט– 131 אינטערטשעינדזש פּראָיעקט, האָט ער געהאַט די מעגליכקייט צו פאַרזיכערן דאָס איבערפלאסטערן און נייע סיידוואָוקס לענגאויס רוט– 32 צווישן וואודבורי–קאַמען און באָנד סטריט. דעם אַרבעט וועט דורכגעפירט ווערן אין 2019.
דער אַסעמבלימאַן דרוקט ווייטער אויף די סטעיט טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט צו פאַרריכטן רוט-32 לענגאוס דאַונטאַון היילענד–מילס, און ער אויסגעדריקט אָפּטימיזם אַז די פּראָיעקט וועט אויך דורכגעפירט ווערן אין 2019.

הוסף רשומת תגובה