קאָמישאָן" ניובורג. — עטליכע טעג נאָכדעם וואָס די "יו–עס סעקיוריטיס ענד עקטשעידזש קאָמישאָן" (עס–אי–סי) האָט אַנוֹלירט די רעגיסטראַציע פון "באַלטיע עירליינס" — וועלכע טוט ביזנעס אַלס "יו–עס גלאָבעל עירליינס" — צו קענען פאַרקויפן אירע סטאַקס, האָט די פירמע אָנגעוויזן אַז זי האָט נישט אויפגעגעבן אירע באַמיאונגען צו ווערן אַן אויטאָריזירטע לופט–ליניע און צו שטעלן פּאַסאַזשיר–סערוויס פון סטואַרט–עירפּאָרט אין ניובורג.
די "עס–אי–סי" האָט אַנולירט די עירליין'ס מעגליכקייט צו פאַרקויפן סטאַקס וויבאַלד זי איז דורכגעפאַלן צו 'פיילן' די פאַרלאַנגטע באַריכטן זייט דעם ערשטן קוואַרטאַל פון 2016.
די אַקציע פון "עס–אי–סי" פאָלגט נאָך באַלטיע'ס דורכפאַל צו רעאַגירן צו אַ מאַי– 7 פאַראָרדענונג צו אַפּדעיטן אירע יערליכע און קוואַרטאַל פינאַנציעלע באַריכטן. די פירמע — וועלכע האָט געדונגען אָפיס–פּלאַץ אין סטואַרט–עירפּאָרט אין ניובורג און איז רעגיסטרירט מיט די "עס–אי–סי" — האָט נישט געפיילט קיין פינאַנציעלע באַריכטן דורכאויס די לעצטע צוויי יאַר, און האָט בכלל נישט געענטפערט די פאַראָרדענונג אָדער כאָטש פּרובירט צו פאַרטיידיגן איר הינטערשטעליגקייט. "באַלטיע" האָט נישט אַריינגעגעבן קיין פינאַנציעלע באַריכטן זייט מערץ– 31 2016, ווען זי האָט געמאָלדן אַ פאַרלוסט פון 688,432 דאָלער פאַר די פריערדיגע דריי חדשים.
דעם פאַרגאַנגענעם חודש, האָט געזאָגט דער וואָרטזאָגער פון "באַלטיע", אַז די פירמע איז "רוקט זיך נאָך פאָראויס מיט שאַפן געלט און עווענטועל אָנהייבן די עירליין" טראָץ די צייטווייליגע סטאַקס–האַנדלען סוספּענדירונג פון "באַלטיע" נאָך די מאַי– 7 רעזאָלוציע. אין דער זעלבער צייט, האָט "באַלטיע" געזאָגט, אַז זי קאָאַפּערירט מיט די "עס–אי–סי" צו לעזן די אישו ווי שנעלער מעגליך, צוגעבנדיג אַז "אָנגייענדע לעגאַלע פּראָצעדורן האָבן געפירט צו אַ שפּעטיגונג אין צושטעלן פולשטענדיגע פינאַנציעלע באַריכטן".
"באַלטיע" קען אַריינגעבן אַ פאַרלאַנג פאַר אַן איבערזיכט פון דעם ערשטן באַשלוס ביז 21 טעג דערויף. די פירמע קען אויך אַריינגעבן אַ פאָרשלאַג צו פאַרריכטן אַ באַשיינפּערליכע טעות אָדער פאַקט ביז 10 טעג פונעם באַשלוס.
די באַשלוס וועט נישט ווערן ענדגילטיג ביז די "עס–אי–סי" גיט אַריין אַן "אָרדער–אָוו–פייניליטי". די קאָמיסיע וועט אַריינגעבן אַן "אָרדער–אָוו–פייניליטי", סיידן "באַלטיע" וועט אַריינגעגעבן אַ פּעטיציע פאַר אַן איבערזיכט אָדער אַ פאָרשלאַג צו פאַרריכטן אַ באַשיינפּערליכע טעות פון די קאָמיסיע, אָדער אויב די קאָמיסיע באַשליסט אויף איר אייגענע איניציאַטיווע צו איבערקוקן דעם ערשטן באַשלוס אין צוזאַמענהאַנג צו "באַלטיע". די "עס–אי–סי" באַשלוס זאָגט, אַז אויב סיי–וועלכע פון די געשעענישן פּאַסירן, וועט די ערשטע באַשלוס נישט ווערן ענדגילטיג.
דעם פאַרגאַנגענעם יאָר זייט האָבן די הויפּט באַאַמטע פון "באַלטיע" — "יו–עס גלאָבעל" צונויפגעברע נ גט די פריערדיגע שעיר–האָולדערס און פּ אָטענציעלע שעיר–האָולדערס און פאַרעפנטליכט די פּלענער צו פליען פון סטואַרט קיין אייראָפּע און רוסלאַנד. די עירליין האָט שפּעטער געענדערט אירע פּלענער צו זאָגנדיג אַז זי וועט ערשט פליען צו די קאַריביען–אינזלען.

הוסף רשומת תגובה