וואודבורי. — א קווינס דעוועלאָפּער האט זיך אומגעקערט צו די וואודבורי פּלענינג–באָורד מיט זיין פאָרשלאַג צו בויען אַ 85-אָרט האָטעל אויף עסטרעדע ראָוד, נאָכ'ן געווינען אַ פּראָצעס אין אַפּריל וואָס האָט איבערגעדרייט צוויי נייע געזעצן וועלכע וואָלטן צעשטערט זיינע פּלענער.

בילד



דער דעוועלאָפּער "עיאָן על–על–סי" האָט אָנגעהויבן די פּלענער אין 2014 און האָט רעדוצירט די האָטעל'ס גרויסקייט נאָכדעם וואָס ער האָט ערשט פאָרגעשלאָגן עס זאָל האָבן 150 צימערן. בשעת זיין פאָרשלאַג האָט געוואַרט פאַר באַשטעטיגונג, האָט דער ווילעדזש–באָור ד דורכגעפירט צוויי זאָונינג געזעצן אין 2016 וואָס וואָלט פאַרמיטן די אויפבוי פון אַ האָטעל אויף עיאָן'ס 11 עיקערס. איינס האָט פאַרלאַנגט אַז אַ האָטעל אָדער מאָטעל זאָל האָבן אַמווייניגסטענס 100 פיס פריי פאָרנט אויף אַ סטעיט אָדער קאַונטי ראָוד, וואָס עסטרעדע פאַרמאגט נישט.

עיאָן האָט געק לאָגט די געזעצן און געווינען זיין קעיס אום אַפּריל– 10 , ווען די צייטווייליגע סטעיט סופּרים–קאָורט ריכטערן באַרטלעט האט געאורטיילט, אַז די געזעצן האָבן פאַרלעצט וואודבורי'ס קאָמפּריהענסיוו–פּלען. זי האָט דערמאַנט אין איר 27 –זייטיגע באַשלוס, אַז "אַ צאָל" שכינים זענען געווען קעגן די האָטעל פּלענער ביי צוויי פּלענינג–באָורד הירינגס אין 2016, אָנווייזענדיג זאָרגן וואָס נעמען אַריין פאַרקער, און דער איבערצייגונג אַז די האָטעל וועט פאַרוואַנדעלט ווערן אין אַ היים פאַר סיניער–סיטיזענס פון קרית יואל.

נאָכ'ן פאַרלירן דעם קעיס, האָט דער ווילעדזש–באָורד דורכגעפירט אום מאַי– 10 אַ זעקס-חודש מאָראַטאָריום אויף באַשטעטיגונגען פאַר האָטעלן און מאָטעלן, אָנווייזענדיג אין דעם געזעץ אַז פינף אַזעלכע פאָרשלאַגן זענען געמאַכט געוואָרן אין וואודבורי אין דעם לעצטן יאָר, און אַז די טראָסטיס מוזן איבערגיין און מעגליך אַמענדירן אירע פאַרלאַנגען פאַר האָטעלן און מאָטעלן אין דעם ווילעדזש'ס "קאָמפּריהענסיוו–פּלען ענד זאָונינג".

דער וואודבורי מעיאָר קוויענען האָט פאָריגע וואָך געזאָגט, אַז עיאָן האָט אָנגעוויזן אַז ער וועט באַקעמפן די מאָראַטאָריום אין געריכט. אָבער דאָס געריכט פאראָרדענונג פאַרמיידט נישט די פּלענינג–באָורד פון איבערקוקן עיאָן'ס פאָרשלאָג, וואָס איז געווען אויף די באָורד'ס אַגענדע דעם פאַרגאַנגענעם מיטוואָך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל