ברייטע אנאליז איבער די רעזיגנאציע פון זשאסטוס 'ענטאני קענעדי': וואס איז די גרויסע שמחה ביי די קאנסערוואטיווע קרייזן איבער פרעזידענט טראמפ'ס צווייטע מעגליכקייט אריינצושטעלן א נייע ריכטער אינעם סופרים קארט

בילד



עס איז הימל און ערד און סופרים קארט... און פארגעסט'ס נישט פון אונזער הויפט מחותן.., חתן דינן, מר דאנעלד דשעי. טראמפ ירים הודו.., (איך ווייס נישט וויפיל נאך עס איז שייך אים צו ירימ'ען... עס זאל נאר נישט שאטן קיין עין הרע...), עס האט זיך אנגעהויבן מאנטאג מיטן קנאקעדיגן און הילכיגן פסק לטובת פרעזידענט טראמפ'ס טראוועל פארבאט אויף בירגער פון מוסלעמענער לענדער, ווען דער פולע סופרים קארט פאנעל אריינגערעכנט דער ארויסגייענדיגע קענעדי האט געאורטיילט 5 צו 4, אז פרעזידענט טראמפ האט די פולסטע מאכט אלט'ס פרעזידענט צו פארבאטן סיי וועם ער וויל פון אריינקומען אין די פאראייניגטע שטאטן, אויב עס איז אין די זיכערהייט אינטערעסן פון אמעריקע, און דער געריכט האט געאורטיילט אז ביי דעם פאל טוט עס דער פרעזידענט הונדערט פראצענט לטובת די זיכערהייט אינטערעסן פון דאס לאנד. דער קלארע און ענדגילטיגע פסק האט אפגעדונערט איבער גאנץ אמעריקע, ווען דער סופריס קארט האט מיט דעם געענדיגט א לאנג פארצויגענע געריכט געראנגל איבער פרעזידענט טראמפ'ס טראוועל פארבאט, און אצינד איז עס הונדערט פראצענט לעגאל באשטעטיגט דורכן געריכט. דאס האט אנגעהויבן די וואך פאר די רעפובליקאנער מיט א זייער זיסע טעם אין מויל, אפהאלטענדיג א מעכטיגן ניצחון איבער די דעמאקראטן אויף א וויכטיגע אישו.

דאס האט נאכגעפאלגט נעכטן מיטן מעכטיגן ניצחון פון די אינדאסטעריאלן אקעגן די יוניאנ'ס, ווען דער סופרים קארט האט אומצוויידייטיג געאורטיילט, אז די אלט געזעסענע ארגאניזירטע רויבערייען פון די מאכטפולע לעיבאר יוניאנ'ס איבערן לאנד איז געקומען צו א ענדע. ביז היינט איז געווען גילטיג א פסק פונעם סופריס קארט פון 41 יאר צוריק, אז לעיבאר יוניאנ'ס וואס פארטרעטן אנדערע גרופעס וואס האבן קיינמאל נישט געבעטן פונעם לעיבאר יוניאן זיי צו פארטרעטן, אבער געניסן למעשה פון זייער פארטרעטערשאפט און פון זייערע אויפטו'נגען, למשל ווען זיי קעמפן אויס בעסערע געהאלטן פאר זייערע יוניאן אנגעשלאסענע וכדו', זענען מחיוב צו באצאלן פאר די לעיבאר יוניאן כאטשיג עפעס א באצאלונג, דער דאזיגע 'סופרים קארט' פסק האט געהאלפן פאר די לעיבאר יוניאנ'ס איבערן לאנד צו געוועלטיגן איבער גאנץ אמעריקע ביד רמה, ווי אימער זיי האבן עפעס אויפגעטון אין א געוויסע געגענט אדער אינדעסטרי, זענען אלע סארט יוניאנ'ס שוין געווען מחיוב זיי צו באצאלן כאטשיג עפעס פארדעם, אריינגערעכנט גאווערמענט יוניאנ'ס אדער מינאריטעטן יוניאנ'ס וכדו'. אצינד האט די יעצטיגע קאנסערוואטיווע סופריס קארט, נאך אלץ אריינגערעכנט דזשאסטוס ענטאני קענעדי, געאורטיילט אקעגן דער אלטע סופרים קארט פסק, און האט דאס איבערגעדרייט מיט א נייע פסק וואס זאגט קלאר אז רעגירונג יוניאנ'ס אדער ענליכע סארט יוניאנ'ס זענען מער נישט מחיוב גארנישט צו באצאלן פאר די לעיבאר יוניאנ'ס, אויב האבן זיי נישט געבעטן פון די לעיבאר יוניאן זיי צו רעפעזענטירן, דאס איז געווען א שטארקע פרא ביזנעס און פרא ארבעטער פסק, אקעגן דער אלטע דעמאקראטישע ארגאניזירטע רויבעריי וועג פון ארויספרעסן ריזיגע געלטער פון אלע סארטן יוניאנ'ס פאר זייערס וועגן.

פאר מיר גייען צו די הויפט נייעס, די רעטייערמענט פון דזשאסטוס ענטאני קענעדי, איז וויכטיג מדייק צו זיין אין נארוואס געשריבענע נייעס, נעמליך, אז מיר האבן שוין פארמאגט זייער א קאנסערוואטיווע געריכט נאך איידער די רעזיגנאציע פון ריכטער קענעדי, דהיינו, אז אפילו יעצט, נאך איידער פרעזידענט טראמפ וועט אריינשטעלן א נייע גאר קאנסערוואטיווע ריכטער, איז שוין די געריכט געווען גערעכנט פאר זייער קאנסערוואטיוו, וואס דארפט איר מער פון דעם, דער יעצטיגער
געריכט האט איבערגעדרייט א באשלוס פונעם העכסטן געריכט פון 41 יאר צוריק...! דאס טייטש, אז דער יעצטיגער צוזאמשטעל פונעם געריכט, אריינגערעכנט מיט ענטאני קענעדי, איז זייער קאנסערוואטיוו, על כל פנים זיי פארמאגן דארט א שטארקע און קלארע רוב, דהיינו 5 צו 4, און זיי קריגן די שטיצע כמעט אויף יעדע וויכטיגע קאסערוואטיווע אישו. דאס איז וויכטיג אויסצושמועסן, ווייל פארשידענע נייעס סטאנציעס זענען נעכטן געווען פארנומען, אז ענדליך יעצט וועט טראמפ האבן א ריכטיגע 5 צו 4 קאנסערוואטיווע געריכט, וואס דאס איז קלאר נישט ריכטיג, ווייל דאס האט ער שוין יעצט אויך פארמאגט, די איינציגע חילוק איז דער קליינע 'כמעט'.., וואס ווי דערמאנט איז קענעדי מיטגעשטאנען מיט די קאנסערוואטיוון אויף 'כמעט' אלע וויכטיגע אישוס, אבער דאך איז געווען ממש געציילטע קאנסערוואטיווע אישוס וואס ער האט נישט אינגאנצן געשטיצט, און יעצט אז טראמפ וועט קענען אריינשטעלן א 'עכטע' קאנסערוואטיווע ריכטער, וועט עס זיין א מושלם'דיגע קאסערוואטיווע 5 צו 4 געריכט.

און דא קומען מיר צו צום עיקר פונקט, דהיינו, וואס איז די גרויסע שמחה פון די קאנסערוואטיוון. וועלן מיר עס מסביר זיין. היסטאריש, האבן די קאנסערוואטיוון אלץ געהאט א מערהייט אינעם העכסטן געריכט, און טאקע אזא סארט איין שטימע אויבערהאנט, 5 צו 4, זייט די צווייטע וועלט קריג פאר זיבעציג יאר צוריק, האבן די ליבעראלן קיינמאל נישט געהאט מער פון 4 ריכטער אויפן העכסטן געריכט, און טיילמאל אפילו נאר דריי ריכטער, מיט איין זעלבסט שטענדיגער ריכטער וואס שטימט אסאך מאל אזוי און אסאך מאל אזוי, דעריבער, אויב וועט איר קוקן אויף די העכסט געריכט טרעק רעקארד פון די לעצטע 70 יאר, וועט איר טרעפן ווייניג ליבעראלע באשלוסן, און אויב עפעס וועט עס זיין אויף נישט אזא צענטראלע קאנסערוואטיווע טעמע, ווי למשל די אויבנדערמאנטע יוניאן פסק לטובת די יוניאן וכדו', וואס פארשידענע רעפובליקאנער ריכטער האבן געקענט אויך קוקן לטובת די ארבעטער יוניאנ'ס וכדו', אבער ווען עס איז געקומען צו קארדינאלע קאנסערוואטיווע אישוס, ווי למשל וויפיל מאכט די סטעיט'ס האבן אקעגן די פעדעראלע רעגירונג, וועט איר נישט טרעפן אפילו איין קעיס ווי די פעדעראלע רעגירונג האט געווינען...! נאר אלץ געווינען די סטעיטס, וכו' וכו' וכו', אלע עכטע רעפובליקאנער אישוס, און והעולה על כולנה געדענקט זיך נאך גאנץ זיכער אין די ביינער ביי רוב ליינער, ווען די סופריס קארט האט אין 2000 דערלאנגט דער פרעזידענטשאפט פאר פרעזידענט בוש, כאטשיג גאור האט געקעמפט מיט א שטארקע קאנסערוואטיווע קעיס, נעליך אז דער געריכט קען נישט אריינדעדן אין א אינערליכע פלארידע סיטואציע, דאך אבער האבן אלע פינעף קאסערוואטיוון געשטימט צו געבן די פרעזידענטשאפט פאר בוש.

דאס אז די קאנסערוואטיון זענען שוין די לעצטע 70 יאר ביים רעדעל איז נישט עפעס א אמעריקאנע טראדיציע.., כאטשיג וואס טייל קוקן עס יא אזוי אן, נאר עס איז פשוט געווען זייער מזל, פערצופאל האבן זיי אלט'ס געהאט פרעזידענטן אינעם ווייסן הויז וואס זאל אנפילן דעם קאנסערוואטיווער חלל, ווי נאר איין אזאנס האט זיך געשאפן, וואס דארפט איר מער פון דעם, אלע לעצטע פיר הויפט ריכטער'ס זענען אריינגעשטעלט געווארן דורך רעפובליקאנער פרעזידענטן, 'עראל ווארן' דורך פרעזידענט אייזענהאוער אין 1953 , 'דשאן בערגער' דורך פרעזידענט ניקסאן אין 1969 , 'וויליאם רהענקוויסט' דורך פרעזידענט רעיגען אין 1986 , און דער יעצטיגער הויפט ריכטער 'דזשאן ראבערט'ס' דורך פרעזידענט בוש אין 2005 , דאס צייגט אויף זייער גוטן מזל, ווי אזוי זאכן האבן זיך אויסגעשטעלט אלץ לטובתם. און היות רוב פרעזידענטן שטעלן נישט אריין מער ווי צוויי דשאסטוס'ער אין איין קאדענץ, איז קיינמאל נישט אויסגעקומען פאר די דעמאקראטן עס צו קענען טוישן, למשל, פרעזידענט קלינטאן האט טאקע אריינגעשטעלט צוויי געזונטע (אידישע) ליבעראלן, אבער תיכף דערנאך האט פרעזידענט בוש אריינגעשטעלט צוויי קאנסערוואטיוון, ממילא האט זיך גארנישט געטוישט.

איין געלעגענהייט האט זיך יא געמאכט פאר די ליבעראלן צו טוישן די געריכט, און דאס איז געווען מיט צוויי יאר צוריק אונטער פרעזידענט אבאמא, וואס נאכדעם וואס ער האט שוין באוויזן אריינצושטעלן זיינע צוויי ליבעראלע ריכטער, איז געשטארבן איינע פון די גרעסטע קאנסערוואטיווע לייבן, ריכטער אנטאניא סקאליא, און דאן האט זיך געמאכט א געלעגענהייט פאר פרעזידענט אבאמא אריינצושטעלן נאך א ריכטער, און ענדליך צו טוישן די קלימאט אינעם געריכט. ווי נאר די רעפובליקאנער האבן דאס דערשמעקט, האבן זיי געעפענט א וויי געשריי איבערן גאנצן לאנד, ס'טייטש? מען גייט טוישן די היסטארישע מערהייט וואס די קאנסערוואטיוון האבן אלץ פארמאגט אינעם געריכט..? זיי האבן אזוי שטארק געלארעמט, אז סתם מענטשן האבן באמת געטראכט אז מן הסתם שטייט אזוי אין די קאנסטעטוציע.., אז די קאנסערוואטיוון מוזן קאנטראלירן די העכסטע געריכט..., למעשה האט זיך פרעזידענט אבאמא דערשראקן פון די רעפובליקאנע אנגריף, און איז נישט פאראויס געגאנגן מיט די נאמינאציע, כאטשיג וואס ער האט שוין פאקטיש געהאט נאמינירט איינעם פאר די פאזיציע, איז עס אבער נישט געגאנגן אין ערגעץ, צוליב די רעפובליקאנע קעגנערשאפט.

תיכף נאך זיין איינשווערונג, האט פרעזידענט טראמפ אריינגעשטעלט אינעם העכסטן געריכט ריכטער גארסיטש, אזוי אז דער היסטארישע קאנסערוואטיווע מערהייט איז ב"ה געראטעוועט געווארן, ווידער אום יעצט, נאכדעם וואס ריכטער קענעדי האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע, טוישט זיך בעצם גארנישט, ווייל א קאנסערוואטיווער רעזיגנירט און מען וועט אריינשטעלן א קאנסערוואטיווער, חוץ פון אונזער אויבנדערמאנטע קליינע חילוק אז אצינד וועלן זיין פינעף 'עכטע' קאנסערוואטיוון. אבער למעשה איז נישט אזוי, וויל דאס אז עס איז געלונגן פאר פרעזידענט טראמפ אריינצושטעלן זיין צווייטער ריכטער שוין אזוי פרי ווי זיין צווייטער יאר, פארגרעסערט עס גאר שטארק די שאנס אז ער וועט אויך קענען אריינשטעלן א דריטער רעפובליקאנער ריכטער, וואס דאס וועט טאטאל ברעכן די באלאנס אינעם העכסטן געריכט, מאכנדיג עס א 6 צו 3 קאנסערוואטיווער געריכט, וואס דאס וועט באמת זיין א היסטארישע מאמענט פאר די רעפובליקאנער, און פראבירן זאלן דאן די דעמאקראטן צו פארפירן אז מען ברעכט די היסטארישע באלאנס פונעם געריכט..., נע, ווער וועט זיי אויסהערן.., עס שטייט דאך נישט אין די קאנסטיטוציע....

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל