וואשינגטאן – דאס העכסטע סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן ארויסגעגעבן א וויכטיגן אורטייל, וואס וועט שטארק אפעקטירן די פראצעדורן און צוגאנג ביי וואל-ערטער. דער אורטייל איז געווען איבער א געזעץ אין מינעסאטע, וועלכע פארבאט וויילער אריינצוקומען צו וואל-ערטער אנגעטאן מיט קליידונג וואס דרוקט אויס זייערע פאליטישע נייגונגען, א שטייגער ווי היטלעך, קנעפלעך, העמדלעך און אנדערע זאכן, מיט סימבאלן פונעם קאנדידאט וועמען זיי שטיצן. דער סופרים קאורט, אין א 7 קעגן 2 אורטייל, האט געאורטיילט אז דאס מינעסאטע געזעץ טוט פארלעצן מענטשן'ס קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פון "פרייהייט פון אויסדרוק", און דער אורטייל וועט דירעקט אפעקטירן אויך אנדערע סטעיטס וועלכע האבן ענליכע צוימונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל