וואשינגטאן – א ריס אנטוויקלט זיך אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי, איבער די אישו פון "סופער-דעלעגאטן". די פארטיי פארמאגט א פריימערי סיסטעם, אז צו געווינען די פרעזידענט נאמינאציע זענען דא די דעלעגאטן פון יעדע סטעיט, וואס ווערט איינגעטיילט לויט ווער עס געווינט די סטעיט, אבער אויסער דעם זענען דא סופער-דעלעגאטן – סתם פארטיי שישקעס וואס קענען שטימען פאר וועמען זיי ווילן. פארהאן דעמאקראטן וואס זאגן אז פרוי קלינטאן האט באזיגט בערני סענדערס נאר אדאנק דעם וואס זי האט געהאט די שטיצע פון סופער-דעלעגאטן, און דעריבער ווילן זיי פטור ווערן דערפון – אבער לאנגיעריגע פארטיי וועטעראנען ווילן אנהאלטן דעם סיסטעם, וועלנדיג אז פארטיי שישקעס זאלן ווייטער האבן א ווארט אויף ווער ס'איז דער נאמינירטער.
הוסף רשומת תגובה