אלבאני – פראקורארן אין ניו יארק סטעיט האבן נעכטן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דעם "טראמפ פאנדעישאן" – פרעזידענט טראמפ'ס וואוילטעטיגע ארגאניזאציע – מיט דער באשולדיגונג אז די ארגאניזאציע האט אומלעגאל זיך אריינגעמישט אין פאליטישע אקטיוויטעטן און אויך געמאכט אנדערע אומלעגאלע "טראנזאקציעס". ניו יארק'ס צייטווייליגע אטוירני דזשענעראל, פרוי בארבארא אנדערוואוד, האט געזאגט אין א סטעיטמענט, אז די פראקורארן האבן קלארע באווייזן אז טראמפ האט גענוצט געלטער פון דער ארגאניזאציע, וועלכע האט געהאט שטייער-פריי סטאטוס, צו באצאלן פארשידענע פריוואטע לעגאלע קאסטן, אויך איינצוקויפן פריוואטע חפצים און אויך צו שטיצן זיין פרעזידענט קאמפיין.
הוסף רשומת תגובה