וואשינגטאן – טראץ וואס מער מענטשן האלטן מיט די נייעס אין די לעצטע צוויי יאר, אלס רעזולטאט פון די שטארקע אינטערעסע אין פרעזידענט טראמפ, צייגט א באריכט פון די "פיו ריסוירטש" צענטער, אז פאפירענע געדרוקטע צייטונגען אין אמעריקע שטארבן אפ. דער באריכט ברענגט ארויס אז אין יאר 2017 האבן צייטונגען אין אמעריקע פארדינט 16.5 ביליאן דאלאר פון אדווערטייזמענטס, וואס איז מיט צען פראצענט ווייניגער ווי אין יאר 2016. אין אנדערע ציפערן צייגט דער באריכט, אז טעגליכע צייטונגען האבן אין יאר 2017 פארקויפט 31 מיליאן שטיק פער טאג, וואס איז 11 פראצענט ווייניגער ווי אין יאר 2016, און אויך אז אין יאר 2017 האבן 39,000 געארבעט פאר צייטונגען – 15 פראצענט ווייניגער ווי אין יאר 2014.
הוסף רשומת תגובה