קענסאס – נעכטן האט מען געהערט פון פעדעראלע אויטאריטעטן און לאקאלע פאליציי אין קענסאס, א ווארענונג פאר יוגנטליכע איבער'ן גאנצן לאנד, נישט דורכצופירן "סוואטינג", ווייל דאס קען זיך ענדיגן טויטליך. "סוואטינג" באדייט ווען ליידיג-גייער טעלעפאנירן די פאליציי צו עמיצן'ס אדרעס און שרייען אז דארט איז דא א משכונות סיטואציע. דאס ברענגט אז די פאליציי זאל אנקומען מיט'ן גאנצן קראפט און מיט "סוואט" אפיצירן, און דער אומשולדיגער ווערט דערשראקן צום טויט ווען זיינע טירן ווערן אויפגעבראכן דורך די פאליציי. די פרישע ווארענונג איבער דעם משוגעת איז געקומען ביי א פראצעס, וואו צוויי פארשוינען האבן זיך דערקלערט אומשולדיג איבער אונטערשטעלן א "סוואטינג" פאר עמיצן אין קענסאס, וואס האט זיך געענדיגט טויטליך ווען די פאליציי האבן יענעם דערשאסן ל"ע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל