מאנהעטן – א באריכט פון די "סיטיזענס בודזשעט קאמיסיע" צייגט, אז ניו יארק סיטי גיט אויס יערליך אזויפיל ווי 136 מיליאן דאלאר פאר געהעלטער פאר אומאקטיווע טיטשערס אין פובליק שולעס. די פובליק סקולס האבן אן איינפיר, אז ווען א טיטשער ווערט באשולדיגט אז ער טויג נישט, אדער אז ער איז באגאנגען עפעס מיסברויכן, קען ער נישט ווערן ארויסגעווארפן – נאר ער ווערט געהאלטן אין סקול און ער באקומט ווייטער זיין געהאלט, כאטש ער טוט גארנישט. דער באריכט ווייזט אז דער לעכערליכער איינפיר קאסט מער און מער געלט יעדעס יאר פאר די סיטי, און אקטיוויסטן זאגן אז ס'איז צייט אז די סיטי זאל נעמען שריט איינצוצוימען וויפיל געהאלט אן אומאקטיווער טיטשער קען באקומען.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל