קענטאקי – דער אטוירני דזשענעראל אין קענטאקי האט אריינגעגעבן אנקלאגעס קעגן דעם פארמאסי נעץ "וואלגרינס", מיט דער באשולדיגונג אז די פירמע העלפט ארויס פארשפרייטן די שעדליכע "אפיאידס" מעדיצינען, וואס מען פלאגט זיך יעצט אין אמעריקע מיט אומצאליגע בירגער וועלכע ווערן צוגעבונדן צו די מעדיצינען, וועלכע זענען גאר שטארק און שעדליך, און אין פילע פעלער טויטליך. די קענטאקי אויטאריטעטן זאגן אז וואלגרינס שפילט א ראלע אין פארשפרייטן אפיאידס, סיי דורכדעם וואס זי איז א האלסעיל מעדיצין דיסטריביוטער, און סיי דורכדעם וואס אירע פארמאסיסטן שטופן פאציענטן אויסצופילן זייערע אפיאידס פרעסקריפשאנס, אן דעם וואס זיי זאלן ווארענען די פאציענטן איבער די ריזיקעס פון ווערן צוגעבונדן דערצו.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל