ניו דזשערסי – יעדער האט שוין זיכער געזען די קליינע פליגערס וועלכע פארן ארום העכער באוואוינטע געגנטער, וואס הונטער דעם איז צוגעבינדן א גרויסער פלאקאט מיט אן אדווערטייזמענט – זייער א סאך מאל פאר דער באקאנטער "גייקא" אינשורענס פירמע, וועמענס מאטא איז "15 מינוט קען אייך שפארן 15 פראצענט אויף קאר אינשורענס". א קאמפיין אין טרענטאן, ניו דזשערסי אויסצוברייטערן פרי-קינדערגארטן געלטער, האט גענוצט אזא קליינעם עראפלאן צו פליען מיט א פלאקאט העכער א באוואוינטער געגנט אין דער שטאט, אבער ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט, ווען דער פלאקאט איז פלוצלינג לויז געווארן און האט אראפגעטראסקעט הונדערטער פיס, לאנדנדיג אויף א קאר, וועמענס הונטערשטע פענסטער איז אויסגעשאסן געווארן דערפון. די פראגע בלייבט אפן, צי ווען דער געטראסקעטער שילד וואלט געווען א גייקא רעקלאמע, וואלט די פירמע געדעקט די שאדנס פונעם קאר...
הוסף רשומת תגובה