ניו יאָרק העלט אינשורענס פירמעס האָבן פאַרלאַנגט אַ דורכשניטליכע 24 העכערונג צו פאַרקויפן אינדיווידועלע פּאַליסיס אין 19' אונטער אָבאַמאַ–קעיר און זיי באַשולדיגן פּרעזידענט טראָמפּ'ס אַנולירן די מאַנדאַט וואָס האָט געפאָדערט פון יעדן צו האָבן העלט אינשורענס דעקונג האָט בייגעשטייערט צו די העכערונג.
די אינשורענס פירמעס פאַרלאַנגען אַ מער באַשיידענעם 7.5 פּראָצענט העכערונג פאַר די קליינע גרופּ מאַרקעט. "די אינדיווידועלע מאַנדאַט, אַ הויפּט באַשטאַנדטייל פון די 'עפאָורדעבל קעיר עקט', האָט געהאָלפן פאַרלייכטערן די דראַמאַטישע פּרייז העכערונגען דורך פאַרזיכערן געזונטערע אינשורענס–פּולס. אינשורענס פירמעס האָבן צוגעשריבן אומגעפער האַלב פון זייערע פאַרלאַנגטע ראַטע העכערונגען צו די ריזיקעס וואָס זיי זעען אַלס רעזולטאַט פון די אַנולירונג. אָן די פעדעראלע שריט, וועט די דורכשניטליכע פאַרלאַנגטע ראַטע–העכערונג זיין 12.1 פּראָצענט", האט געזאָגט די סטעיט פיינענשל סערוויסעס סופּעראינטענדענט.
צווישן די אינשורענס פירמעס וועלכע זוכט די גרעסטע העכערונגען איז "פידעליס", וואָס וויל הייבן אירע קאָסטומערס מיט אַן אויסטערלישע 38.6 פּראָצענט. "פידעליס" שטעלט צו אינשורענס פאַר ארום 4 אין 10 ניו יאָרקער אין דעם אינדיווידועלע מאַרקעט. זי שרייבט צו צוויי-דריטל פון די פאָרגעלייגטע העכערונג 25.9 פּראָצענט צו די אַנולירונג פון די אינדיווידועלע מאַנדאַט.
אנדערע אינשורענס פירמעס זוכן גרויסע העכערונגען זענען "עמבלעם" (31.5 פּראָצענט), "אָסקאַר" (25.2 פּראָצענט), "עמפּייער העלט טשאָיס אַשורענס" (24 פּראָצענט) און "יונייטעד העלט–קעיר" (23.6 פּראָצענט). ווי אין דער פאַרגאַנגענהייט, וועט די סטעיט ווארשיינליך שניידן די פאַרלאַנגטע ראַטע–העכערונג נאָך אַן איבערזיכט שפּעטער אינעם זומער.

הוסף רשומת תגובה