קיעוו – וואלונטירן האבן באוויזן צו ראטעווען צענדליגער אידישע מציבות, וועלכע זענען גענוצט געווארן אויסצופלאסטערן א גאס אין דער שטאט לעמבערג. דאס האט פאסירט אויף דער בארווינאק גאס, וואו שטאטישע ארבעטער האבן פאריגע וואך אנגעהויבן ארבעט איבערצומאכן דעם שאסיי און טראטואר, און עטליכע האבן באמערקט אונטער דער פעך פונעם ביז-יעצטיגן שאסיי, וואו עס ליגן דארט אומצאליגע אידישע מציבות, וואס זענען גענוצט געווארן ווי א פונדאמענט פאר'ן שאסיי. די ארבעטער האבן זיך פארבינדן מיט פרוי ש. נאזאר, א לאקאלע אידישע אקטיוויסטקע, וועלכע האט אראנזשירט מ'זאל אוועקפירן בדרך כבוד די אלע מציבות. מען האט די מציבות געפירט צום יאנאווסקיער בית החיים.
הוסף רשומת תגובה