ניו דזשערסי – די מוניציפאלע רעגירונג אין וואל, ניו דזשערסי האט נעכטן געשליכטעט אן אנקלאגע מיט א געוועזענעם איינגעשטעלטן – א איד, וועלכער זאגט אז ער איז געטשעפעט געווארן מיט אנטיסעמיטישע לאזונגען דורך אנדערע ארבעטער. די רעדע איז פון ברענדאן יאקאב, וועלכער האט געארבעט אין דעם טאון'ס שטייער זאמלונג אפיס, און ער האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע שוין מיט 3 יאר צוריק, זאגנדיג אז קאלעגע ארבעטער פלעגן אים שטענדיג נאכשרייען אנטיסעמיטישע אויסדרוקן, און האבן דירעקט איבערגעלאזט נאצי פראפאגאנדע אויף זיין טישל, זאגנדיג אז מען דארף אויסקריצן א נומער אויף זיין ארעם. ער האט רעטייערט אין 2016 מיט דיסעביליטי, ליידנדיג פסיכאלאגישע טראומא פון די טשעפערייען, און יעצט וועט אים דער טאון געבן 1.25 מיליאן דאלאר.
הוסף רשומת תגובה