וואשינגטאן – א "וואל סטריט זשורנאל" באריכט לויטעט, אז פרעזידענט טראמפ'ס שטאב הויפט, דזשאן קעלי, גייט פארלאזן דאס ווייסע הויז ערגעץ יעצט אינמיטן זומער. ווי דער באריכט דערציילט, האבן טראמפ און קעלי שוין אפגעשמועסט פונקטליך וויאזוי קעלי'ס אפטריט וועט ארבעטן, און טראמפ האט שוין אנגעהויבן צוזאמשטעלן א ליסטע פון קאנדידאטן צו ערזעצן קעלי. צווישן אנדערן, איז טראמפ שטארק פאראינטערעסירט אין וויצע פרעזידענט מייק פענס' שטאב הויפט ניק עירס, אדער קלערט טראמפ צו נעמען זיין יעצטיגן ווייסן הויז בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל