וואשינגטאן – "פרא-פובליקע", די ליבעראל-גענויגטע פארשונג גרופע, האט ארויסגעגעבן א לענגערן באריכט, אין וועלכע זיי האבן געזאמלט וויפיל די פארשידענע טראמפ ביזנעסער האבן פארדינט שיין געלט אלס דירעקטער רעזולטאט פון טראמפ'ס קאנדידאטור און פרעזידענטשאפט, און דער סך-הכל באטרעפט איבער זעכצן מיליאן דאלאר. 84 פראצענט פון די געלטער זענען אויסגעגעבן געווארן דורכ'ן טראמפ-קאמפיין זעלבסט, פאר זיינע באזוכן און וואקאציעס אין טראמפ-האטעלן און אין גאלף-רעזארטן, און די איבריגע איז אויסגעגעבן געווארן דורך רעפובליקאנער פאליטישע גרופעס, און דורך דער פעדעראלער רעגירונג, פאר סיקרעט סערוויס אנגעלעגנהייטן, און אפיציעלע רעגירונג זיצונגען אין טראמפ-פראפערטיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל