מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, האט נעכטן זיך זייער געגרויסט מיט רוסלאנד'ס וואפנס, זאגנדיג אז די נייע מיסילס און נוקלעארע שפיצן וואס דאס רוסישע מיליטער האט לעצטנס אנטוויקלט, זענען "צענדליגער יארן פאראויס און מער-פארגעשריטן ווי רוסלאנד'ס פיינט און אנדערע מיליטערישע גרויסמאכטן איבער דער וועלט". פוטין'ס ווערטער זענען געקומען ביי א גראדואירונג צערעמאניע פאר נייע רוסישע זעלנער, וואו ער האט ביי דער רעדע דעטאליזירט דעם נייעם "אוואנגארד" סארט מיסיל, וועלכע קען פליען מיט א "הייפערסאניק" שנעלקייט צו אלע עקן וועלט, און עס פליעט אזוי שנעל, אז נאך איידער פיינטליכע ראדארן כאפן עס אויף, טרעפט עס שוין אין ציל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל