בעיזשינג – קוועלער אינעם אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט דערציילן, אז די כינעזער רעגירונג שפילט ברוגז, און איגנארירט אמעריקאנער באאמטע און דיפלאמאטן וועלכע ווילן פירן געשפרעכן איבער טייוואן – די טעריטאריע וואס כינע באטראכט אלס א טייל פון זייער לאנד. כינע וויל, אז אויסלענדישע פירמעס, און ספעציפיש לופטליניעס, זאלן טוישן אויף זייערע וועבזייטן וויאזוי זיי שרייבן איבער טייוואן, און ארויסשרייבן קלאר אז ס'איז א כינעזער טעריטאריע. פילע פירמעס האבן זיך שוין צוגעשטעלט, אבער עטליכע גרויסע אמעריקאנער פירמעס, אריינגערעכנט דעלטא און יונייטעד לופטליניעס, האבן נאכנישט געמאכט דעם טויש, און כינע בלאזט דערוועגן זייער שטארק.

Post a Comment