קובא – א גרופע קובאנער בירגער, וועלכע געפינען זיך היינט צוטאגס אין אמעריקע, האבן אנגעהויבן א קאמפיין, צו לייגן דרוק אויף דעם יו-ען אינטערנאציאנאלן יוסטיץ געריכט, אז מען זאל ברענגען קלאגעס קעגן דעם געוועזענעם קובאנער קאמוניסטישער פירער ראאול קאסטרא – וועלכער האט אין די 1990'ער יארן געדינט אלס קאמאנדיר פון דעם קובאנער מיליטער. די אקטיוויסטן זאגן אז קאסטרא מוז געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר'ן טויט פון 2 אקטיוויסטן, וועמענס פליגערס איז אראפגעשאסן געווארן דורך דעם קאסטרא רעזשים אין פעברואר 1996, בשעת די פליגערס זענען געפלויגן אין אינטערנאציאנאלע וואסערן – צוליב וואס זיי האבן געהאלפן קובאנער בירגער אנטלויפן פונעם קאמוניסטישן אינזל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל