העלסינקי – פירער פון איבער דער וועלט קוקן זיך צו מיט אנגסט און דערווארטונג, צום סאמיט וואס וועט פארקומען צווישן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ און דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וואס מ'האט נעכטן געהערט אז ס'וועט אפגעהאלטן ווערן אום יולי 2016, אין העלסינקי, די הויפטשטאט פון פינלאנד.

די דעטאלן פונעם סאמיט זענען אויסגעארבעט געווארן ביי ספעציעלע געשפרעכן צווישן דעם אמעריקאנער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, און דעם רוסישן אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, וועלכע האבן זיך געטראפן אין מאסקווע מיט עטליכע טעג צוריק.

פוטין און טראמפ וועלן דיסקוסירן פארשידענע אישוס, הויפטזעכטליך דער צושטאנד אין סיריע, און אויך מעגליך די אנגייענדיגע קאמפן אין מזרח אוקראינע. עס איז נישט קלאר צי די אישו פון רוסלאנד'ס פרואוון זיך צו מישן אין די 16' וואלן וועט ארויפקומען ביים סאמיט, וויבאלד טראמפ גלייבט נישט עכט אז דאס האט טאקע פאסירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל