וואשינגטאן – פרייטאג איז ארויסגעקומען דער מאנאטליכער דזשאבס באריכט, און עס האט געצייגט גאר גוטע ציפערן (לייענט גאר פאזיטיווער דזשאבס באריכט), אבער מער מידיא אויפמערקזאמקייט האט באקומען דער פאקט, אז פרעזידענט טראמפ האט מער ווי א שעה בעפאר דער באריכט איז ארויסגעקומען, שוין געשריבן אויף טוויטער אז ער קוקט ארויס צו זען די דזשאבס ציפערן. דער סטאק מארקעט האט דאס אנגענומען אלס סיגנאל אז די דזשאבס ציפערן גייען זיין גאר גוט, און דעריבער האבן זיך די מארקעטס שטארק געהויבן באלד נאך טראמפ'ס מעסעדזש. עס איז אבער אנגעצייגט געווארן אז טראמפ האט דערמיט פארלעצט א 1985 געזעץ, וועלכע פארבאט סיי וועלכן רעגירונג איינגעשטעלטן פונעם עקזעקוטיוון פליגל, ארויסצוגעבן אינערליכע אינפארמאציע פריצייטיג.
הוסף רשומת תגובה