וואשינגטאן – א באריכט צייגט אז עס זענען פארהאן אינעם יעצטיגן וואל סעזאן, אמווייניגסטנס אכט קאנדידאטן וועלכע לויפן פאר פארשידענע פאזיציעס איבער'ן לאנד, און זיי זענען אזעלכע פארשוינען וואס זענען פארבינדן מיט העסליכע ווייסע נאציאנאליסטישע גרופעס. דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך "ען-בי-סי ניוז", וועמענס רעפארטערס האבן אויך געכאפט שמועסן מיט עטליכע פון די קאנדידאטן, ספעציפיש צוויי גאר באקאנטע פיגורן. איינער איז ארטור דזשאונס, קאנגרעס קאנדידאט אין אילינאי, און ער איז א מיטגליד אין די אמעריקאנער "נאצי פארטיי" וואס לייקנט אפן דעם האלאקאוסט. דער צווייטער איז פעטריק ליטעל, סענאט קאנדידאט אין קאליפארניע, וועלכער האט געזאגט פאר אן ען-בי-סי רעפארטער אז דאס אידישע פאלק באשטייט פון "א גרופע מאנסטערס".

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל