קאפענהאגען – דער פארלאמענט אין דענמארק גרייט זיך אין די נאנטע טעג, אנצוהייבן אן אפיציעלע דעבאטע איבער די אישו פון ברית מילה, און צי מען זאל באשטעטיגן א פולקאמע פארבאט אויף ברית מילה פון קליינע קינדער, און דאס נאר ערלויבן אין פעלער וואו עס פעלט זיך אויס פאר מעדיצינישע צוועקן. די דעבאטע אינעם פארלאמענט מוז פארקומען, נאכדעם וואס א פעטיציע וואס א העסליכע אנטי-מילה גרופע האט צוזאמגעשטעלט, האט באקומען מער ווי פופציג טויזנט אונטערשריפטן, וואס איז די מינימום פאר סיי וועלכע פעטיציע צו ווערן דעבאטירט אינעם פארלאמענט. שוועדישע אידן זענען שטארק באזארגט איבער'ן אויסגאנג פון די דעבאטע, ווייל ס'איז מעגליך אז דער פארלאמענט וועט פארבאטן ברית מילה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל