פאריז – די פראנצויזישע עדיוקעישאן מיניסטעריום האט ארומגעשיקט א בראשור צו טיטשערס איבער'ן לאנד, זיי צו דערמאנען איבער א געזעץ וואס איז באשטעטיגט געווארן שוין אין יאר 2004, אז עס איז אומלעגאל פאר סטודענטן אין אלגעמיינע סקולס, צו קומען מיט יארמולקעס אדער מוסולמענער קאפ-צודעקן. דער ציהל פונעם געזעץ איז אויסצוראטן ראדיקאלע איסלאם, דורכ'ן אפשטעלן די פארשפרייטונג פון מוסולמענער רעליגיעזע סימבאלן ביים פראנצויזישן פאלק, און אינעם בראשור, ווערן די טיטשערס אנגעוויזן צו באשטראפן סטודענטן וועלכע פאלגן נישט אויס דעם געזעץ. אידישע גרופעס האבן אויסגעדרוקט אויפברויז, אבער עס איז אנגעוויזן געווארן אז דער געזעץ איז נישט פאר קינדער אין אידישע מוסדות.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל