שוועדן – א שוועדישע פארלאמענט מיטגלידערין איז אראפגעריסן געווארן, פאר'ן שרייבן אז ער האלט אז אידן און אנדערע מינאריטעטן זענען נישט קיין עכטע שוועדישע בירגער. די פארלאמענט מיטגלידערין ביארען סאדאר (Björn Söder), האט געהאט רעאגירט צו א צווייטן פארלאמענט מיטגליד, עיניע לאוף, וועלכער האט געשריבן אז זיינע אידישע פריינט זענען זיינע שוועדישע פריינט, ווייל ער פאררעכנט זיי געהעריג אלס שוועדישע. אויף דעם, האט סאדאר געשריבן אז לאוף נעמט אוועק פון אידן זייער אידענטיטעט, ווייל אידן זענען בלויז אידן, און זענען נישט קיין שוועדישע בירגער. אידישע גרופעס האבן קריטיקירט סאדאר, זאגנדיג אז אידן זענען טאקע אידן, אבער זיי זענען גלייכבארעכטיגטע שוועדישע בירגער, אזוי ווי אלע אנדערע גרופעס און רעליגיעס.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל