דזשארדזשיע – א רב פון א שוהל אין פארסייט קאונטי אין אטלאנטא, האט אלארמירט די פאליציי, ווען ער האט געזען א פארשוין זיך ארומדרייען אינעם שוהל. די פאליציי זענען אנגעקומען און יענעם ארעסטירט, כאפנדיג ווי ער האט טאקע פרובירט צו גנב'נען חפצים און געלט. דער גנב איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 20 יעריגער דזשאן עזעל מעקדאנעלד פון אלפארעטא, דזשארדזשיע, און די פאליציי האבן אים ארעסטירט ווי נאר ער איז ארויסגעקומען פונעם שוהל, נישט וויסנדיג אז די פאליציי ווארטן דארטן אויף אים. מעקדאנעלד איז ארעסטירט געווארן אויף 680 דאלאר בעיל, און ער וועט אין די נאענטע וואכן אויסשטיין א פראצעס.

בילד,




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל