לאנדאן – צוויי יאר נאכדעם וואס א מערהייט בריטישע בירגער האבן געשטימט זיך אפצוטיילן פונעם אייראפעאישן יוניאן, און שטייענדיג אין א פארלעגנהייט מיט אומקלארע דעטאלן וויאזוי דאס וועט פאקטיש אויסגעפירט ווערן, האבן איבער הונדערט טויזנט אנטי-ברעקזיט בריטישע בירגער זיך געלאזט אין די גאסן פון צענטראל לאנדאן נעכטן, און האבן פראטעסטירט, זאגנדיג אז די בריטישע רעגירונג מוז אפהאלטן נאך א רעפערענדום איבער'ן ברעקזיט. די פראטעסטירער פארלאנגען, אז די בריטישע בירגער זאלן האבן א ווארט וויאזוי זייער צוקונפט, אפגעריסענערהייט פון אייראפע, וועט אויסזען, און מ'זאל זיי לאזן שטימען אויפ'ן ענדגילטיגן דיעל וואס זייער רעגירונג וועט דערגרייכן מיט אייראפע.
הוסף רשומת תגובה