וואשינגטאן – ווייסע הויז ווארטזאגער סערע סענדערס זאגט, אז זי איז ארויסגעווארפן געווארן פון א רעסטוראנט אין לעקסינגטאן, ווירדזשיניע. סענדערס זאגט אז דער אייגנטימער פונעם רעסטוראנט האט איר געזאגט, אז זי ווערט ארויסגעווארפן ווייל זי ארבעט פאר פרעזידענט טראמפ. דער אייגנטימער זאגט, אז ער האט נישט חרטה פאר׳ן ארויסווארפן סענדערס, און ער האט עס געטאן, ווייל אירע ארבעטער זענען געווען אומבאקוועם מיט סענדערס׳ס אנוועזנהייט. די סומאטוכע קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס היימלאנד זיכערהייט סעקרעטארשע קירסטען ניעלסאן איז אויך געווען געצוואונגען צו פארלאזן א רעסטוראנט, נאכדעם וואס אנוועזנדע האבן פראטעסטירט קעגן איר, פאר'ן אנפירן מיט די "פאמיליע צעטיילונג" אימיגראציע פאליסי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל