וואשינגטאן – די קאנגרעס יורידישע קאמיטע האט געשיקט א סובפינע פאר'ן אנטי-טראמפ עף-בי-איי אגענט, פיטער סטראק, צו קומען אויפטרעטן, נאכדעם וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל האט פובליצירט זיין באריכט, אין וועלכע עס ווערט אויפגעדעקט פארשידענע ווילדע אנטי-טראמפ מעסעדזשעס וואס סטראק האט געשיקט, אריינגערעכנט א צוזאג אז ער "גייט אפשטעלן" טראמפ פון ווערן פרעזידענט. סטראק האט שוין געזאגט פאריגע וואך, אז ער איז גרייט צו קומען אויפטרעטן אין קאנגרעס, און ער וועט געבן צו פארשטיין אלע זיינע אנטי-טראמפ מעסעדזשעס, און אויך רעדן איבער זיין ראלע אין די אויספארשונגען קעגן הילערי קלינטאן און קעגן דאנאלד טראמפ. סטראק איז דערווארט אויפצוטרעטן צום קאנגרעס פארהער, צען אזייגער די וואך מיטוואך אינדערפרי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל