וואשינגטאן – די אמעריקאנער נעווי האלט אינמיטן אהערשטעלן א פלאן, צו פלאצירן נאענט צו 25 טויזנט אימיגראנטן, אין זייערע באזעס און אנדערע צענטערן איבער'ן לאנד – וואס דאס וועט אפקאסטן 233 מיליאן דאלאר אין די קומענדיגע זעקס חדשים. די נעווי פלענער קומט אויף דער פארארדענונג פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, וועלכע זוכט זיך אן עצה צו געבן מיט'ן פלייץ פון אימיגראנטן און פליטים ביי דער גרעניץ מיט מעקסיקא, וואס די פעדעראלע רעגירונג לויפט אויס פון פלעצער וואו צו האלטן די ארעסטירטע. דאס קומט נאכדעם וואס עס האט עטליכע וואכן געשטורעמט איבער דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע טיילט אפ קינדער אימיגראנטן פון זייערע פאמיליעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל