סאוט קעראליינע – די רעפובליקאנער סאוט קאראליינע קאנגרעס קאנדידאטקע קעיטי ערינגטאן – וועלכע האט באזיגט דעם אמטירנדן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מארק סענפארד אין א פריימערי פארמעסט עטליכע וואכן צוריק – איז שווער פארוואונדעט געווארן אין אן עקסידענט פרייטאג ביינאכט, ווען זי איז געזעסן אין א קאר אויפן הייוועי 17 אין טשאלסטאן קאונטי, בעת א קאר איז געקומען די "ראנג וועי" און אריינגעקראכט אין איר קאר. דער דרייווער פונעם אנדערן קאר איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ, און די קאנגרעס קאנדידאט ערינגטאן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, מיט שווערע וואונדן. א ווארטזאגער פאר איר קאמפיין האט אבער געזאגט, אז זי פלאנירט זיך נישט ארויסצוציען פונעם פארמעסט.
הוסף רשומת תגובה