ניו דזשערסי – א דרייווער אין ניו דזשערסי, וועלכער האט פארקירט זיין קאר פארנט פון א וואסער פאמפ, האט באקומען א שווערע לעקציע פארוואס ער זאל דאס מער נישט טאן. יעדער ווייסט אז ביי א פאמפ פארקירט מען נישט, אוודאי אין די סיטיס וואו עס זענען פארהאן קלארע געזעצן אז מען טאר עס נישט טאן און מען קען אויסשטיין הארבע טיקעטס דערפאר. אבער אין העמילטאן, ניו דזשערסי, האבן די אויטאריטעטן באקומען די געלעגנהייט צו צייגן פארוואס דער פארבאט איז אין אפעקט. זיי זענען אנגעקומען צו א פייער און ווען זיי האבן געוואלט נוצן דעם פאמפ קעגנאיבער דאס הויז, איז א קאר געווען פארקירט פארנט דערפון. האבן די פייערלעשער פשוט אויסגעשאסן די פענסטערס פונעם קאר, דורכגעשנירט דעם דיקן וואסער רער דורך די פענסטערס פונעם קאר און אזוי געקענט נוצן דאס וואסער צו באשפריצן דאס פייער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל