וואשינגטאן – פרישע ציפערן צייגן, אז כינעזער אינוועסטמענטס אין אמעריקאנער פירמעס זענען דראסטיש געפאלן אין די לעצטע צוויי יאר, וואס לויט עקספערטן איז דאס דער רעזולטאט פון דעם וואס די כינעזער רעגירונג האט אנגעהויבן לייגן מער דרוק און קאנטראל אויף כינעזער פירמעס, איבער וואו און וויפיל זיי מעגן אינוועסטירן. די אפיציעלע ציפערן צייגן אז זינט יאר 2008 האבן כינעזער אינוועסטירער שוין אריינגעגאסן 122 ביליאן דאלאר אין אמעריקאנער פירמעס, און האלב דערפון, 55.8 ביליאן דאלאר, איז געווען בלויז אין יאר 2016. אבער אין יאר 2017 איז דאס דראסטיש געפאלן, צו בלויז 9.1 ביליאן דאלאר אין לויף פונעם יאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל