ניו יארק – דאס לעצטע מאל וואס ס'איז געווען אזוי הייס, איז הערבערט האווער געווען פרעזידענט... דאס איז געווען די ווארענונג נעכטן פון וועטער עקספערטן, וועלכע האבן געזאגט אז אין ניו יארק סיטי זאל מען זיך גרייטן פאר א גאר הייסן טאג היינט, ווען עס וועט דערגרייכן צו 95 דעגרי פארנהייט, וואס דאס לעצטע מאל ווען עס איז געווען אזוי הייס אינמיטן מאנאט יוני, איז געווען אין יאר 1929. די וועטער עקספערטן זאגן אז אינאיינעם מיט די שטארקע היץ, וועט קומען "יומידיטי", וואס וועט מאכן דעם טאג שפירן ווי ס'איז הונדערט דעגרי און העכער.
הוסף רשומת תגובה