טרענטאן – צוויי באוואפנטע פארשוינען האבן געעפנט פייער ביי א פארזאמלונג זונטאג פארטאגס אין טרענטאן, ניו דזשערסי, וואו 22 זענען פארוואונדעט געווארן, בעפאר איינער פון די שיסער איז אומגעברענגט געווארן. לויט די לאקאלע פאליציי, האט די שיסעריי אויסגעבראכן אלס רעזולטאט פון א געפעכט צווישן עטליכע לאקאלע באנדעס, און די פאליציי האבן שפעטער געזאגט אז צווישן די 22 פארוואונדעטע, זענען אויך געווען עטליכע קליינע קינדער, וואס א מערהייט האט געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג. דער ניו דזשערסי גאווערנאר פיל מורפי האט אויסגעדרוקט שאק און מיטגעפיל איבער דער שיסעריי, זאגנדיג אז דאס איז נאך אן איבערווייז איבער'ן געפאר פון גאנס.
הוסף רשומת תגובה