קאלאראדא – שווערע שטורעמעס, רעגן און פארפלייצונגען זענען דערווארט אין עטליכע דרום-מערב אמעריקאנער שטאטן, וואס אויטאריטעטן אין קאלאראדא האפן אז דאס וועט העלפן פארלעשן די מאסיווע וואלדפייערן וועלכע ברענען שוין אין די סטעיט פאר העכער א וואך צייט. אין דער זעלבער צייט איז פארהאן א זארג, אז די רעגנס אין די אפגעברענטע געגנטער קענען ברענגען שטערקערע פארפלייצונגען און מאראסט גליטשן – און עקספערטן געבן צו פארשטיין אז דאס פאסירט וויבאלד ווען ערד ווערט פארברענט, איז שווער אז וואסער זאל זיך דערין איינזאפן, וואס באדייט אז וואסער וועט זיך אנשטאט דעם אראפקוילערן פון בערגיגע ראיאנען און פארפלייצן נידריגערע באוואוינטע שטעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל