פלארידע – אויטאריטעטן אין דעיטאנע ביעטש, פלארידע זאגן, אז דער ראולער קאוסטער וועלכע איז אראפגעפאלן פון די שינעס פאריגן דאנערשטאג נאכט, און פארוואונדעט עטליכע, האט שוין געליטן פון פראבלעמען אין לויף פון לעצטן יאר צייט, און די פארק באאמטע האבן געוואוסט דערפון. אלעס אינאיינעם האבן שוין סטעיט אינספעקטארס פארארדענט צוויי מאל אין די לעצטע 12 חדשים, אז דער רייד זאל נישט גענוצט ווערן, נאכדעם וואס רוטינע אינספעקשאנס האבן אנטדעקט פראבלעמען מיט די שינעס, אז עס האלט נישט גענוג שטארק אן די וואגאנען. דער רייד האט באקומען ערלויבעניש צו ווערן צוריק געעפנט דאנערשטאג אינדערפרי, און געציילטע שטונדן שפעטער האט פאסירט דער אינצידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל