וואשינגטאן – די פאליסי פון די טראמפ אדמיניסטראציע, צו צעטיילן קינדער פון זייערע עלטערן וועלכע קומען אריין דורכ'ן גרעניץ אומלעגאל, איז אצינד דער נומער איינס אישו אין וואשינגטאן, וואו מען האט נעכטן געהערט אפילו פון גאר נאענטע צו פרעזידענט טראמפ, אז זיי שטיצן נישט די פאליסי. צווישן אנדערן האט מען געהערט א ווארטזאגער פון טראמפ'ס פרוי, אז זי גלייכט נישט די פאליסי, און אויך האט טראמפ'ס ראטגעבער קעליען קאנוועי געזאגט ענליכעס. טראמפ באשולדיגט אז ס'איז א געזעץ און פאליסי וואס די דעמאקראטן האבן אריינגעשטעלט אין קראפט – א טענה וואס יעדער זאגט קלאר אז ס'איז לעכערליך.
הוסף רשומת תגובה