מיאמי - אויטאריטעטן אין פלארידע האבן אנטדעקט דעם ערשטן פאל פון אן אנגעשטעקטן מיט די "קיסטאון ווירוס", וואס קומט פון מאסקיטאס, ענליך צו זיקא ווירוס און וועסט נייל ווירוס. די קיסטאון ווירוס איז געפונען געווארן אין א זעכצן יעריגן איינוואוינער, וועלכער האט זיך באקלאגט אז ער האט פיבער און האט געהאט א שטארקן רעש אויסשלאג אויף זיין קערפער. ווי די אויטאריטעטן זאגן, איז דאס בעסטע אויסצומיידן מאסקיטאס, אבער מ'דארף נישט אריינפאלן אין קיין פאניק, ווייל די קיסטאון ווירוס איז בכלל נישט אזוי שעדליך ווי זיקא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל